דעם 16טן מערץ האָט זיך אין דעם גרעסטן און דעם באַרימסטן קונסט־מוזיי פֿון דער שטאָט, דער מוזיי אויף פּושקינס נאָמען, געעפֿנט אַן אויסשטעלונג „קאַפֿקאַ‟, געווידמעטע דעם שרײַבער. די אויסשטעלונג איז צוגעגרייט געוואָרן פֿון דער גאַלעריע „קאָווטשעג‟ (תּבֿה) און דער געזעלשאַפֿט „מעמאָריאַל‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿאַראייביקן דעם אָנדענק פֿון די רעפּּרעסירטע קרבנות פֿון סטאַלינס רעזשים און פֿאַרטיידיקט מענטשן פֿון פּאָליטישן טעראָר. קאַפֿקאַ איז פֿאָרגעשטעלט ווי אַ פֿילאָסאָף, וואָס באַזיניקט רעפּרעסיעס און אַ נבֿיא פֿונעם חורבן. דאָס רובֿ עקספּאָנאַטן זענען בילדער, געווידמעט קאַפֿקאַ גופֿא און טעמעס פֿון זײַנע ווערק. קודם־כּל, ווערט קאָנסטרויִרט די אַטמאָספֿער פֿון זײַנע ראָמאַנען און דערציילונגען — פֿון מורא און מאַכטלאָזיקייט פֿאַר דעם רעזשים און דער מלוכה, פֿון פֿאַנטאַסטישער און שרעקלעכער ווירקלעכקייט אַרום דעם העלד.
נײַעס פֿון דער פֿרומער וועלט. אין דער גרויסער כאָר־שיל פֿון מאָסקווע האָט מען אַרײַנגעטראָגן אַ נײַעם ספֿר־תּורה, אָנגעשריבן פֿון אַ מאָסקווער סופֿר. דאָס געלט פֿאַר דעם ספֿר האָט געזאַמלט די גאַנצע קהילה. ביידע קהילות — אי די מתנגדישע פֿון דער גרויסער כאָר־שיל, אי די חב״דנע פֿון מאַרייִנאַ ראָשטשאַ — גרייטן זיך צום פּסח. מע קען שוין קויפֿן מצות און בילעטן אויפֿן פּסחדיקן סדר. דער חב״ד האָט אײַנגעפֿירט אַ נײַ אינטערנעץ־זײַטל צדקה.רו, וואָס העלפֿט אויספֿילן אַ מיצווה פֿון קמחא־דפּסחא, דהײַנו, געבן צדקה אויף מצות פֿאַר די אָרעמע־לײַט.
צו די אַנדערע נײַעס. דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי האָט אָרגאַניזירט אַ רעפֿעראַט אין די ראַמען פֿון דעם פּראָיעקט וואָס מיר האָבן שוין וועגן אים דערציילט, „דער גופֿניותדיקער ישׂראל — דער גוף אין דער ייִדישער טראַדיציע‟. דאָס מאָל איז די טעמע פֿון דער לעקציע געווען „מוחות און מוסקלען‟. יורי טאַבאַק האָט דערציילט וועגן דער באַציִונג צו ספּאָרט און קערפּערלעכן כּוח אין יהדות. אין זײַן רעפֿעראַט האָט ער פֿאַרגליכן די ייִדישע און די אַלט־גריכישע ווערטן־סיסטעמען: דאָס אָננעמען פֿון גוף, שיינהייט און פֿיזישער פֿולווערטיקייט אין די צוויי קולטורן.
דעם 12טן מערץ האָט מען אינעם אינסטיטוט פֿון רוסלענדישער געשיכטע בײַ דער מאָסקווער וויסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע דורכגעפֿירט אַ „רונדן טיש‟, געווידמעט דער געשיכטע פֿון ציוניזם אין סאָוועט־רוסלאַנד. דעם הויפּט־רעפֿעראַט האָט געהאַלטן פּראָפֿעסאָר פֿון „ראָטגערס‟־אוניווערסיטעט (פֿאַראייניקטע שטאַטן) זיווה גלילי. זי האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון „סאָוועטישן ציוניזם‟ — פֿון דער באַוועגונג „החלוץ‟ אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד; פֿון זייערע קיבוצי־הכשרה און אינדוסטריעלע אַרטעלן. פּראָפֿעסאָר גלילי האָט אויך דערציילט וועגן דער באַציִונג פֿון דער סאָוועטישער מלוכה צו דער דערשײַנונג: קודם, האָט די מלוכה מכּלומרשט ניט באַמערקט וואָס סע טוט זיך אין די ציוניסטישע קרײַזן, אָבער שפּעטער האָט דער קאָנטראָל זיך פֿאַרשטאַרקט און עס האָבן זיך אָנגעהויבן רעפּרעסיעס קעגן די ציוניסטן. אַ סך פֿון זיי זענען אַרויסגעשיקט געוואָרן קיין סיביר. דעם צווייטן רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער מאָסקווער היסטאָריקער ד״ר אַלכּסנדר לאָקשין, וואָס האָט פֿאַרגליכן די לאַגע פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין צאַרישן רוסלאַנד און אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אָרגאַניזירט דעם „רונדן טיש‟ האָט דער באַרימטער היסטאָריקער פֿון ייִדן, וואָס אַרבעט אויך אין דעם אינסטיטוט פֿון רוסלענדישער געשיכטע און פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדישע באַוועגונגען אין רוסלאַנד און מיט דער געשיכטע פֿון רוסישער עמיגראַציע און איר ייִדישן אָנטייל.
די אָנטיילנעמער פֿון דער דיסקוסיע האָבן בדעה צוצוגרייטן אַ זאַמלונג דאָקומענטן פֿון רוסלענדישע אַרכיוון, וואָס שפּיגלען אָפּ די געשיכטע פֿון סאָוועטישן ציוניזם.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט קומט פֿון סאַנקט־פּעטערבורג. דער פּעטערבורגער אינסטיטוט פֿון ייִדישע לימודים און דער צענטער „אָרט‟ האָבן געעפֿנט אַ פּראָיעקט „עלעקטראָנישער אַרכיוו פֿון ייִדישע שטעטלעך‟. עס ווערן פֿאָרגעשטעלט מאַטעריאַלן פֿון עקספּעדיציעס, וואָס זענען דורכגעפֿירט געווען אין 1990-1980ער יאָרן פֿון די לענינגראַדער עטנאָגראַפֿן, וואָס זענען געפֿאָרן קיין אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד און באַלטישע לענדער. אויפֿן זײַטל פֿון דעם פּראָיעקט זענען דאָ אַוואַנסירטע מעגלעכקייטן פֿון זוכן אין די טעקסט־דאָקומענטן און אוידיאָ־אויפֿנאַמעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.