דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט זיך שוין געגרייט צו באַגריסן יצחק הערצאָגן מיטן וואַלן־נצחון. די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט געהאָפֿט, אַז דער נײַער ישׂראלדיקע פּרעמיער־מיניסטער וועט באַזײַטיקן נתניהו. צום סוף, האָט דער פֿריִערדיקער פּרעמיער אָבער ווידער געוווּנען.
דאָס מיינט, אַז די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל וועלן בלײַבן אָנגעשרענגט. נתניהו קאָן שאַפֿן אַן ענגע רעכטע רעגירונג אָדער אָנפֿירן מיט אַ ברייטער קאָאַליציע. ס׳זעט אויס, אַז ער פּלאַנירט עס צו טאָן, ווײַל מיט זײַנע רעכטע שותּפֿים איז אים גרינג זיך צונויפֿרעדן. אין ביידע פֿאַלן, דראָט די ישׂראלדיקע באַציִונגען מיט אַנדערע לענדער, בפֿרט אַמעריקע, אַ קאַטאַסטראָפֿישע מפּלה.
די באַציִונגען צווישן נתניהוס רעגירונג און דער אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָבן אָנגעהויבן זיך צעשאָקלען אינעם יאָר 2009. במשך פֿון די לעצטע חדשים איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ערגער. ווען נתניהו איז אויפֿגעטראָטן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס און געוואָרנט, אַז אויב ער בלײַבט בײַ דער מאַכט, וועט ער בשום־אופֿן נישט דערלאָזן צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מלוכה, האָט ער דערמיט קלאָר געמאַכט, אַז במשך פֿון די קומענדיקע צוויי יאָר, כּל־זמן אָבאַמאַ בלײַבט דער פּרעזידענט, איז נישטאָ קיין שאַנס צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער.
די פּאַלעסטינער מלוכה איז ווײַט נישט די איינציקע סיבה פֿונעם סיכסוך. נתניהו און אָבאַמאַ האָבן אויך היפּוכדיקע דעות וועגן איראַן, און דערצו פֿאַרלאָזן זיי זיך נישט איינער אויפֿן צווייטן. עס קאָן זײַן, אַז נאָכן וואַלן־נצחון וועט דער פּרעמיער אַראָפּלאָזן דעם טאָן פֿון זײַן רעטאָריק און אַפֿילו באַגריסן די אַמעריקאַנער דעמאָקראַטן מיט עפּעס אַ פּאָליטישן זשעסט. פֿונדעסטוועגן, נאָך נתניהוס בפֿירוש ראַסיסטישע ווערטער וועגן „די סטאַדעס אַראַבער, וואָס קומען אַרויס צו שטימען‟, איז שווער צו גלייבן, אַז אָבאַמאַ און די דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער וואָלטן ערנסט אויפֿגענומען אַזאַ זשעסט. נתניהו האָט געוווּנען צווישן די אַמעריקאַנער ליבעראַלן אַ פֿעסטע רעפּוטאַציע פֿון אַ גיפֿטיקן און סכּנותדיקן דעמאַגאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.