סאַטמערער דרוקן איבער טיילן פֿון „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל

Satmar Paper Reprints Parts of Forverts Article

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 19, 2015, issue of April 03, 2015.

פֿ. הירשס אַרטיקל אין „דער איד‟. אין די אויסגעטיילטע פּאַראַגראַפֿן געפֿינען זיך די זאַצן, וואָס זענען איבערגעדרוקט פֿון גענאַדי עסטרײַכס אַרטיקל
פֿ. הירשס אַרטיקל אין „דער איד‟. אין די אויסגעטיילטע פּאַראַגראַפֿן געפֿינען זיך די זאַצן, וואָס זענען איבערגעדרוקט פֿון גענאַדי עסטרײַכס אַרטיקל

די וואָך האָט די סאַטמערער צײַטונג „דער איד‟ איבערגעדרוקט עטלעכע פּאַראַגראַפֿן פֿון אַ „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל, הגם די רעדאַקציע האָט נישט אָנגעגעבן פֿון וואַנען זי האָט עס גענומען, און ווער ס׳איז דער מחבר. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך דערוווּסט, אַז אַ חסידישע צײַטונג האָט זיך געטיילט, אָדער ווי מע זאָגט בלע״ז — shared — אירס אַ מאַטעריאַל.

דאָ רעדט זיך וועגן גענאַדי עסטרײַכס אַרטיקל, „נתניהוס פּורים־שפּיל‟ (דאַטירט דעם 4טן מאַרץ), וווּ ער באַשרײַבט דעם „צירק‟, וואָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום דער רעדע פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס. אינעם אַרטיקל שילדערט עסטרײַך נתניהו ווי אַ הײַנטיקע אסתּר־המלכּה, און דער ספּיקער פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, דזשאָן ביינער — ווי אַחשורוש.

אין דער אויסגאַבע פֿון „דער איד‟ מיט אַ וואָך שפּעטער, דעם 13טן מאַרץ, געפֿינט זיך אויך אַן אַרטיקל, וואָס באַשרײַבט דעם טומל איבער נתניהוס רעדע ווי אַ פּורים־שפּיל, אָנגעשריבן פֿון אַ מענטש מיטן פּסעוודאָנים „פֿ. הירש‟, וואָס פֿאַרדעקט דעם אמתן נאָמען פֿון ר׳ הערשל פֿרידמאַן, אַ ברודער פֿונעם רעדאַקטאָר, ר׳ אהרן פֿרידמאַן. הגם הירשס אַרטיקל, „די ערד ברענט אונטער זײַנע פֿיס‟, איז נישט אידענטיש צו עסטרײַכס, זענען געוויסע פּאַראַגראַפֿן קאָפּירט כּמעט וואָרט נאָך וואָרט.

שלום (נישט זײַן אמתער נאָמען), אַ 29־יאָריקער חסיד, וועלכער לייענט סײַ „דער איד‟, סײַ דעם „פֿאָרווערטס‟, האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟ ווי אַזוי ער האָט אַנטדעקט די „איבערפֿלאַנצונג‟ פֿון עסטרײַכס אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג. „לייענענדיק הירשס אַרטיקל, האָט עס מיר פּלוצעם געקלונגען זייער באַקאַנט. האָב איך גענומען דורכקוקן די לעצטע אַרטיקלען אינעם ׳פֿאָרווערטס׳ וועגן נתניהוס רעדע, און געזען, אַז ס׳איז טאַקע גענומען פֿון גענאַדי עסטרײַכס אַרטיקל. ס׳איז געווען אַ גרויסע נאַרישקייט, ווײַל [די רעדאַקטאָרן] האָבן אַפֿילו נישט געטוישט דעם ייִוואָ־אויסלייג און די אויסדרוקן, וואָס זענען אונדז חסידים אין גאַנצן פֿרעמד.‟

ווי אַ משל, האָט שלום פֿאַרגליכן די צוויי זאַצן:

בײַ עסטרײַך:

אויף אַחשורושן האָט זיך געשניטן דזשאָן ביינער, דער ספּיקער פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וואָס זײַן פּנים איז תּמיד פֿאַרכמאַרעט פֿון שווערע מלוכישע דאגות.

און בײַ פֿ. הירש:

אויף אַחשורושן האָט זיך געשניטן דזשאָן ביינער, דער ספּיקער פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וואָס זײַן פּנים איז שטענדיק פֿאַרכמאַרעט פֿון די שווערע רעגירונגס און וועלטס דאגות…

שלום האָט באַמערקט, אַז הירש האָט, אַ פּנים, אַפֿילו נישט איבערגעקלאַפּט דעם טעקסט אויף זײַן אייגענעם קאָמפּיוטער, נאָר פּשוט עלעקטראָניש קאָפּירט און „אַרײַנגעקלעפּט‟ עסטרײַכס זאַץ אין זײַן אייגענעם אַרטיקל, ווי מע קען זען דורכן אויסלייג פֿונעם נאָמען „דזשאָן ביינער‟. אויף חסידיש ייִדיש שרײַבט מען דעם ספּיקערס נאָמען ווי „דזשאָן בעינער‟. אָבער דאָ ווערט זײַן נאָמען גאָר אָפּגעדרוקט אויף ייִוואָ־ייִדיש!

„צווייטנס — האָט שלום דערקלערט — איז אַזאַ אויסדרוק, ׳אויף אַחשורושן האָט זיך געשניטן דזשאָן ביינער׳ בכלל נישטאָ אינעם חסידישן זשאַרגאָן. ווער אינעם היימישן עולם רעדט אַזוי?‟

דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געקלונגען צום רעדאַקטאָר פֿון „דער איד‟ אָבער קיינער האָט נישט געוואָלט מיט אונדז רעדן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק, אויף דער חסידישער שמועס־זײַט, „קאַווע־שטיבל‟ אויף דער אינטערנעץ, האָט איינער מיטן נאָמען ראובֿן חוזק געמאַכט פֿון דער גאַנצער מעשׂה. אונטערן קעפּל „׳דער איד׳ פּלאַגיאירט פֿון אידישן ׳פֿאָרווערטס׳‟, שרײַבט ער:

„דער טריפֿענער פֿאָרווערטס‟, „דער טמא‘נער פֿאָרווערטס‟, די לשונות של גנאי קענען גוט די אַלע וואָס זענען אָנגעלייענט מיט סאַטמערער ליטעראַטור. אָבער ווען עס קומט צו גנבֿ׳ענען מאַטעריאַל פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ איז אַפֿילו „דער איד‟ אַ בעלן…

ראובֿן, וואָס איז שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער חרדישער פּרעסע במשך פֿון די לעצטע 65 יאָר און האָט שוין געשטעלט אויף „קאַווע־שטיבל‟ אַ צאָל מערקווירדיקע אויסשניטן פֿון אַלטע חסידישע צײַטונגען, האָט איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟ בעת אַן אינטערוויו דורך בליצפּאָסט, אַז די חסידים זענען אין אַלגעמיין נישט באַקאַנט מיטן „פֿאָרווערטס‟, און ס׳רובֿ פֿון זיי ווייסן אַפֿילו נישט, אַז עס ווערט נאָך פּובליקירט.

„די חסידים ווייסן, אַז דער ׳פֿאָרווערטס׳ האָט געפֿירט אַ קאַמף קעגן דעם סאַטמערער רבין און דעם חסידישן לעבן,‟ האָט ראובֿן דערקלערט. ער האָט געהערט, למשל, אַז אין די 1940ער יאָרן, איז אינעם „פֿאָרווערטס‟ אָפּגעדרוקט געוואָרן אַ קאַריקאַטור פֿונעם צעלעמער רבֿ, ווי ער טובֿלט אַ קו אין דער מיקווה, מעלדנדיק, אַז ער האָט באַוויזן צוצושטעלן „חלבֿ־ישׂראל‟. „אַנדערע זאָגן, אַז די קאַריקאַטור האָט געוויזן אַ קו מיט אַ שטרײַמל,‟ האָט ראובֿן צוגעגעבן. הגם ראובֿן זוכט שוין לאַנג יענע קאַריקאַטור, האָט ער זי ביז איצט נישט געפֿונען.

די העצע קעגן דער סעקולערער ייִדישער פּרעסע מצד „דער איד‟ איז שוין אַ באַקאַנטע זאַך. אין איין אויסשניט, וואָס ראובֿן האָט געשטעלט אויף „קאַווע שטיבל‟ (דאַטירט דעם 29סטן מאַרץ 1963), שטייט, למשל: „מיר טאָרן נישט דערלאָזן, אַז דער גײַסט פֿון דער כּפֿירה׳דיקער פּרעסע זאָל אַרײַנדרינגען אין די רייען פֿון אונדזער יוגנט און זיי, חס ושלום, באַאײַנפֿלוסן צום שלעכטן.‟

בײַ דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע און פֿרײַנד פֿון דער „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע‟ האָט מען אויפֿגענומען דעם ענין מיט אינטערעס.

„מיר ווייסן שוין פֿון פֿריִער, דורך Google, אַז אַ סך חסידים כאַפּן רעגלמעסיק אַ קוק אַרײַן אינעם ׳פֿאָרווערטס׳. וואָס איז דאָס מאָל אינטערעסאַנט איז, אַז פֿאַראַנטוואָטלעכע מענטשן פֿון דער סאַטמערער רעדאַקציע לייענען עס אויך,‟ האָט באַמערקט עליע פּאַלעווסקי, אַ מיטגליד פֿונעם קאָמיטעט פֿון ייִדיש־מעדיאַ בײַ דער „פֿאָרווערטס‟־אַסאָציאַציע. „דאָס הייסט, אַז די השפּעה פֿונעם ׳פֿאָרווערטס׳ איז ברייטער ווי מיר וואָלטן זיך נאָרמאַל פֿאָרגעשטעלט.‟

„ס׳איז אינטערעסאַנט צוליב צוויי ענינים,‟ האָט באַמערקט אָדם ווײַטמאַן, דער פֿאָרזיצער פֿונעם קאָמיטעט פֿון ייִדיש־מעדיאַ. „דער ערשטער איז אַ קולטורעלער: זיי לייענען דווקא יאָ וואָס מיר שרײַבן, כאָטש זיי זאָגן, אַז זיי לייענען עס נישט, און אַז ס׳איז זיי גענוג אינטערעסאַנט אָפּצודרוקן טיילן דערפֿון. דער צווייטער ענין איז אָבער, ווי עטיש איז עס וואָס זיי האָבן געטאָן? געפֿינט זיך נישט ערגעץ אין דער רעליגיעזער ליטעראַטור אַ דיסקוסיע וועגן פּלאַגיאַט?‟

דער ענטפֿער איז: יאָ. „אין מגילה 15 שטייט, אַז דער וואָס חזרט איבער אַ געדאַנק פֿון אַ צווייטן מענטשן, אָבער גיט אָן יענעמס נאָמען, ברענגט ער די גאולה,‟ האָט דערקלערט ר׳ ישׂשׂכר כּץ, אַ רבֿ וואָס איז דערצויגן געוואָרן אין די סאַטמערער קרײַזן און פֿירט הײַנט אָן מיטן תּלמוד־אָפּטייל פֿונעם מאָדערן־אָרטאָדאָקסישן רבנים־סעמינאַר „ישיבֿת חובבי־תּורה‟. „און פֿאַרקערט, אין מדרש תּנחומא שטייט, אַז ווען איינער ציטירט עמעצן אָבער זאָגט נישט פֿון וועמען ער האָט עס גענומען, הייסט עס, גזלה. דער ׳מגן אַבֿרהם׳, אַ קאָמענטאַטאָר פֿונעם שולחן־ערוך, זאָגט טאַקע אויף דעם, אַז דאָס אויסניצן יענעמס אינטעלעקטועלן אייגנטום — דאָס הייסט, זײַנע געדאַנקען — איז פֿאַררעכנט פֿאַר גנבֿה (סימן 156)‟.

אויב אַזוי, פֿאַר וואָס זשע האָט דער חסידישער שרײַבער דאָס נישט געהאַט אין זינען, ווען ער האָט איבערגעדרוקט עסטרײַכס ווערטער? „בײַ די חסידים נעמט מען עס נישט אַזוי ערנסט,‟ האָט כּץ געענטפֿערט. „זיי ווייסן, למשל, אַז לשון־הרע איז קעגן דין, נו, איז וואָס? וועט מען נישט זאָגן קיין לשון־הרע? מע גנבֿעט געדרוקטן מאַטעריאַל די גאַנצע צײַט. און אפֿשר איז עס זיי גאָר נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז עמעצער וועט עס אַפֿילו באַמערקן?‟

„דער מחבר לעבט אין זײַן וועלט און מיינט, אַ פּנים, אַז קיין זײַטיקער מענטש קוקט אין דער דאָזיקער וועלט ניט אַרײַן,‟ האָט עסטרײַך, דער מחבר פֿונעם „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל, באַמערקט. „איצט וועט ער וויסן, אַז יעדע וועלט, אַפֿילו אַזאַ (כּלומרשט) איזאָלירטע ווי די חסידישע, האָט ווענט, וועלכע זײַנען געמאַכט, לכל־הפּחות טיילווײַז, פֿון גלאָז. אַזוי אַז אויך דאָרטן מוז מען זיך אויפֿפֿירן ציוויליזירט, ווי עס פֿירט זיך בײַ לײַט.‟ 

ראובֿן האַלט אָבער, אַז די חסידים וועלן זיך ווײַטער אויפֿפֿירן ווי פֿריִער. „די חסידישע לייענער זענען זייער נישט־קלײַבעריש ווען עס קומט צו ליטעראַטור, און זענען צופֿרידן מיט אַפֿילו גאָר שוואַכע שרײַבער,‟ האָט ראובֿן געזאָגט. „די שרײַבער באַקומען ממש פּרוטות, און קיינער דערוואַרט נישט פֿון זיי קיין אָריגינעלע פֿאָרש־אַרבעט פֿון אַ הויכער קוואַליטעט… איז מיר דעריבער נישט קיין חידוש, אַז מע זאָל פּלאַגירן. די שרײַבער נעמען זיך נישט צו ערנסט, און האַלטן נישט, אַז די לייענער זענען גענוג קלוג און באהאַוונט זיי צו כאַפּן מיט פּלאַגיריזם און פֿאַלסיפֿיקאַציעס.‟

דאָס וואָס דער שרײַבער פֿון „דער איד‟ האָט באַניצט די אינטערנעץ צו קריגן זײַן מאַטעריאַל, איז ראובֿנען אויך נישט קיין חידוש. „ווען עס קומט צו דער ׳מלחמה׳ קעגן דער אינטערנעץ, איז פֿאַראַן אַ גרויסער ציבור פֿון פּשוטי־עם וואָס ווייסן נישט קיין סך. רבנים זאָגן, אַז מע טאָר נישט — טאָר מען נישט. עס איז אָבער אויך פֿאַראַן אַ גרופּע תּקנה־מאַכערס וואָס האַלט זיך פֿאַר דער עליטע, און זענען ציניש צו דער גאַנצער מלחמה. זיי ווייסן, אַז דאָס אסרן די אינטערנעץ איז נאָר אַ וועג, ווי אַזוי צו מאַניפּולירן מיטן ציבור צו פֿאָלגן די רבנים און עסקנים און צו בלאָקירן די מעגלעכקייט צו לייענען אַנדערע דעות; און זיי, אין זייער פּריוואַטן לעבן, לאַכן זיך אויס פֿון דער מלחמה. איך קען פּערזענלעך פֿינף עסקנים און רבנים, וואָס זענען פֿאַרטאָן אין דער מלחמה קעגן דער אינטערנעץ — און פֿאַרמאָגן אַליין אינטערנעץ אָן שום פֿילטער.‟

דער „פֿאָרווערטס‟ אויף דער ריזיקער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ אין „סיטי־פֿילד‟ אין מײַ 2012