דעם 17טן מאַרץ 1992 האָט אַ באָמבע צעשטערט די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין בוענאָס-אײַרעס און גורם געװען 29 טויטע און 242 פֿאַרװוּנדעטע. נאָך 23 יאָר װייסט מען נאָך אַלץ נישט װער איז שולדיק אין דעם, װער האָט עס פּלאַנירט, און דער העכסטער געריכט, װאָס האָט באַדאַרפֿט אויספֿאָרשן דעם ענין, װײַל דאָס איז געװען אַן אַמבאַסאַדע, האָט בלויז דערקלערט, אַז דער חשד איז געפֿאַלן אויף „כעזבאָלאַ‟, װאָס פֿון דער דרײַיִקער גרענעץ צװישן אַרגענטינע, בראַזיל און פּאַראַגװײַ האָט קאָנטאַקטירט מיט די לאָקאַלע כּוחות, װאָס האָבן איר אַרויסגעהאָלפֿן מיט דעם ערשטן טעראָריסטישן אַקט אין אַרגענטינע.
די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט אויפֿגענומען פּריװאַט אַ דעלעגאַציע פֿון געליטענע משפּחות, און שפּעטער האָבן זיי דורכגעפֿירט אַ הזכּרה אויפֿן שטח, װוּ עס האָט פֿונקציאָנירט די אַמבאַסאַדע. אַ געװעזענער אָנגעשטעלטער, װאָס איז שװער פֿאַרװוּנדעט געװאָרן, האָט גערעדט און געפֿאָדערט מען זאָל אַ מאָל עפּעס װיסן.
יוגנטלעכע האָבן אָרגאַניזירט אַ מאַרש מיטװאָך, דעם 18טן מאַרץ, 8 אַ זייגער אין אָװנט אונטער דעם לאָזונג „דער טעראָריזם הרגעט, די יוגנט — בויט‟. דער אָפֿיציעלער אַקט איז פֿאָרגעקומען דאָנערשטיק, דעם 19טן מאַרץ, 14:45 אַ זייגער, װאָס איז אָפּגעלייגט געװאָרן איבער די װאַלן אין ישׂראל. עס האָט געהאַלטן אַ שאַרפֿע רעדע קעגן טעראָריזם די ישׂראַל־אַמבאַסאַדאָרין, און עס האָט זיך אויך באַטייליקט דער אַגריקולטור־מיניסטער פֿון ישׂראל, יאיר שמיר, דער זון פֿון דעם פֿאַרשטאָרבענעם פּרעמיער יצחק שמיר. דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן, װאָס האָט אים פֿאַרבעטן אָפֿיציעל, איז גראָד ניט געװען אין לאַנד, און דער װיצע־מיניסטער, עדואַרדאָ זואַיִן, האָט אים אויפֿגענומען.
די ביטע פֿון דער געװעזענער פֿרוי פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן צו באַזײַטיקן די פּראָקוראָרין פֿיין פֿון די אויספֿאָרשונגען, און אַז די ריכטערין זאָל מיט זיי אָנגיין, איז אָפּגעװאָרפֿן געװאָרן. מען האָט נאָמינירט נײַע ספּעציאַליסטן, װאָס װעלן זיך אַרויסזאָגן די קומענדיקע װאָכן.
עס גייט װײַטער אָן אַ קאַמפּיין צו באַשמוצן דעם פּראָקוראָר ניסמאַן. לאַגאָמאַרסינאָס אַדװאָקאַט האָט דערקלערט, אַז אַ העלפֿט פֿון זײַן געהאַלט איז אַריבער צו ניסמאַנען, און אַז ביידע האָבן געהאַט אַ געמיינזאַמע ניט־לעגאַלע קאָנטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. לאַגאָמאַרסינאָ איז געװען זײַן קאָמפּיוטערײַ־ראָטגעבער און דער, װאָס האָט אים באַזאָרגט מיטן רעװאָלװער. ער איז געװען דער לעצטער, װאָס האָט מיט אים געדעדט פֿאַר זײַן טויט.
די רעגירונג האָט געעפֿנט די סודותדיקע אַרכיװן װעגן אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. זי האָט אויך פֿאַרעפֿנטלעכט אַלע דורכגעפֿירטע אויספֿאָרשונגען פֿונעם באַזײַטיקטן שפּיאָן סטיוסאָ. די „דאַיאַ‟ האָט אויפֿגענומען מיט צופֿרידנקייט אָט די שריט.
אַ ספּעציעלע דעלעגאַציע פֿון „האָלאָקאָסט־מוזיי‟ אין װאַשינגטאָן באַזוכט בוענאָס־אײַרעס. מיטװאָך, דעם 18טן מאַרץ האָבן זיי אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט דער „דאַיאַ‟ און מיט דעם אַרגענטינער ייִװאָ. דער ייִװאָ װעט קאַטאַלאָגירן און דיגיטאַליזירן די אַרכיװן פֿון דער „דאַיאַ‟, און אַזוי אַרום װעלן די פֿאָרשער קענען האָבן אַ צוטריט צו די אָנגעזאַמלטע מאַטעריאַלן װעגן נאַציזם אין אַרגענטינע פֿון די 1930ער יאָרן אָן.
דוד ביטאַן האָט מיטװאָך דעם 18טן מאַרץ פֿאַרלאָזט זײַן אַמט װי דער אָנפֿירער פֿונעם ייִשובֿ אין װענעזועלע. אַזוי פֿאַרענדיקט ער 27 יאָר אַרבעט אין די שװערסטע מאָמענטן פֿון די באַציִונגען צװישן דער קהילה און דער רעגירונג. „מיר האָבן שטענדיק געזאָגט װאָס מיר האָבן געטראַכט‟ — האָט ער דערקלערט. ער איז פֿאַקטיש געװען דער אויסערן־מיניסטער פֿונעם ייִשובֿ אין װענעזועלע.
נאָך 13 יאָר האָט מען װידער געעפֿנט די ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין פּאַראַגװײַ. דערװײַל װעט די אַמבאַסאַדאָרין אין אַרגענטינע, דורית שבֿיט, פֿאַרנעמען דעם אַמט.
אַ בוך װעגן „מוסד‟ אין דער שפּאַנישער איבערזעצונג, איז פּרעזענטירט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס. די מחברים זײַנען דער היסטאָריקער און עסיייִסט מיכאל בר־זוהר און דער זשורנאַליסט ניסים מישאַל. דאָס איז נישט קיין בוך װעגן שפּיאָנאַזש, נאָר דאָס זײַנען געשיכטעס װעגן ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן, װי גאָלדע מאיר, יצחק רבין און בנימין נתניהו; אַפֿילו באַראַק אָבאַמאַ װערט דערמאָנט אינעם בוך. אייכמאַן און די נקמה אויפֿן מאָרד פֿון די אָלימפּיאַדעס אין מינכן פֿאַרנעמען אַ װיכטיק פּלאַץ אינעם בוך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.