אַ קליינער ראָמאַנס

A Young Romance


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 20, 2015, issue of April 17, 2015.

ווי עס זאָל נישט זײַן בין איך אויסגעוואַקסן אויף טאָלסטויס „אַנאַ קאַרענינאַ‟, גוסטאַוו פֿלאָבערס „מאַדאַם באָוואַרי‟, עמיל זאָלאַס „נאַנאַ‟, און אַלעקסאַנדער דומאַס „די קאַמיליען דאַמע‟. די אַלע ראָמאַנען האָב איך געלייענט אויף ייִדיש אויפֿן קורס פֿון דער וועלט־ליטעראַטור וואָס האָט געפֿירט מײַן מײַסטער־לערער יצחק כאַרלאַש אין ייִדישן לערער־סעמינאַר.

אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד נאָך פֿון אונדזער „די־פּי‟ לאַגער אין דײַטשלאַנד, מיר געקלונגען, אַז ער דינט אין אַמעריקאַנער מיליטער אין „פֿאָרט מיד‟, נישט ווײַט פֿון ניו־יאָרק, און אַז דאָרט געפֿינט זיך אַ סאָלדאַט, וואָס רעדט אַ געשמאַקן ייִדיש, און אין אַ וואָך אַרום וועט ער מיך באַקענען מיט אים. ער זאָגט מיר, אַז דער בחור איז געפּאַסט פֿאַר מיר ווי אַ סמיטשיק מיט אַ פֿידל.

איך בין געווען זיבעצן, און ער — דרײַ און צוואַנציק. איך — אַ גרינע און ער — אַן אַמעריקאַנער. איך — אַ קליינינקע, און ער — אַ לאַנגער, אַ קאָלעדזש דערצויגענער, מיט אַ טשופּרינע געלאָקטע שוואַרצע האָר; איז ער באַלד געוואָרן מײַן מאַמעס ליבלינג. ערשטנס, האָט ער געקענט אונטערקומען מײַן מאַמען מיט זײַן ייִדיש, מיט זײַן „פֿרוי שמולעוויטש, אײַערע מאכלים זײַנען אַזוי געשמאַק!‟ — כאָטש זי האָט בלויז געקענט אָפּקאָכן אַדער קאַרטאָפֿל מיט באָרשט, אָדער לאָקשן מיט יויך, אין דעם איז באַשטאַנען איר גאַנצע מעניו.

און צווייטנס, ווי נאָר ער איז געקומען מיך אָפּנעמען אויף אַ ראַנדקע, האָט ער, קודם, געבעטן פּטור צו ווערן פֿון זײַן פֿאַרשוויצטן מונדיר און נעמען אַ דוש. מײַן מאַמען איז עס שטאַרק געפֿעלן, כאָטש איך בין נישט געווען געוווינט צו אַזעלכע דעמאָנסטראַטיווע, מענערישע גענג.

מיר זײַנען געוואָרן אַ פּאָרל, אַלע מײַנע גרינע חבֿרטעס זײַנען מיך שטאַרק מקנא געווען — „אַ קאַלעדזש בוי‟, אַן אַמעריקאַנער, רעדט אַ פֿליסיקן ייִדיש, וווּ האָב איך אים אויסגעפֿונען, ווו? אין צײַט האָט ער מיר אויסגעזאָגט, אַז זײַן טאַטע איז אַ באַרימטער ייִדישער פּאָעט, כאָטש איך האָב קיין מאָל נישט געהערט זײַן נאָמען, מײַן סכום ייִדישע פּאָעזיע אין יענער צײַט איז באַשטאַנען פֿון מאַנגערן און רײזענען.

דער בחור האָט געהייסן משה, און איך האָב ממש זיך געפֿילט אומבאַקוועם, ווײַל זײַנע ליבעס־דערקלערונגען האָבן נישט אויפֿגעהערט צו דונערן, אין זײַן אויטאָ, אין נאַכט־לאָקאַל… ליב! ליב! ליב! שוין זשע איז ליבע אַ זאַך וואָס הערט נישט אויף איבערצוחזרן זיך אָן אַן אויפֿהער, ממש צעדולטשעט צו ווערן.

משה האָט מיר גענומען שילדערן דאָס שיינע הײַזעלע אין לאָנג־אײַלענד, וווּ מיר וועלן וווינען נאָך דער חתונה, מיר וועלן האָבן דרײַ קינדער, צוויי ייִנגלעך און איין מיידעלע… דאָ האָב איך שוין פּראָטעסטירט:

„פֿון וואַנען ווייסטו, אַז איך וועל קענען האָבן קינדער? נאָך אַלעמען בין איך אַ קליינינקע, אַ דאַרינקע…‟ — האָט ער מיר גענומען פֿאַרזיכערן, אַז בלויז „פֿרידזשידע‟ פֿרויען קענען נישט האָבן קיין קינדער. אסור צי איך האָב אין יענער צײַט געוווסט, וואָס עס מיינט „פֿרידזשיד‟, כ’האָב אָבער צוגעלייגט שׂכל און פֿאַרשטאַנען, אַז עס האָט עפּעס צו טאָן מיט אַ פֿרידזשידער.

די צײַט איז געלאָפֿן, און די קאָרעער מלחמה האָט אײַנגעשלונגען אויך אַ הויפֿן ייִדישע סאָלדאַטן. משה האָט מיר מודיע געווען, אַז מ’שיקט אים קײן אָקינאַווע, אויף אַן אינדזל וואָס איך האָב קיין מאָל נישט געהערט דערפֿון. ער האָט מסתּמא אויך קיין מאָל נישט געהערט, און מיר האָבן גענומען באַדויערן אונדזער צעשיידונג.

מײַן נאָענטע חברטע פֿייגעלע האָט מיך דערווײַל געפֿרעגט צי האָט ער מיר שוין געגעבן אַ דימאַנטן־רינגל, אויף אַ סימן, אַז מיר זײַנען פֿאַרקנסט? און אויב נישט, וואָלט איך געדאַרפֿט טאָן וואָס אַנדערע מיידלעך טוען, זיי בינדן צו זייערע סאָלדאַטן מיטן געלעגער איידער וואָס ווען. האָב איך איר געזאָגט נישט בײַ מאָטיען. נישט געטראָפֿן דאָס אָרט.

יענעם אָוונט אין נאַכט־לאָקאַל האָבן מיר זיך צוגעזאָגט צו שרײַבן יעדן טאָג, ווײַל אָן מײַנע בריוו וועט ער דאָרט, פֿאַרשטייט זיך, אויסגיין. דערווײַל האָב איך אים דערציילט פֿייגעלעס פּראָפּאָזיציע, און ער האָט גאָרנישט געהאַט קעגן דעם, אָבער איך, אַ נאַיִוו, האָנאָראָווע מיידל האָב זיך אַנטקעגן געשטעלט:

„דיך אַרט נישט דער פֿאָרשלאַג, ווען איך זאָל נאָכגיין פֿייגעלעס עצה, וואָלט איך אַרויפֿגעגאַנגען אויפֿן ׳עמפּײַער סטייט בילדינג׳ און פֿון דאָרט זיך אַראָפּגעשמיסן!‟

ער האָט זיך באַליידיקט:

„דאָס איז וואָס איך בין ווערט בײַ דיר? אַזוי שרעקלעך וואָלט עס געווען?‟ האָב איך נישט אָפּגעלאָזט:

„איך בין אַן ערלעך מיידל, משה, און אַזעלכע ׳מאָנקי ביזנעס׳ זײַנען גוט פֿאַר צעלאָזענע מיידן, אָבער נישט פֿאַר מיר…‟

ער האָט מיך אַהיים געפֿירט און שטאַרק געבעטן אים צו שרײַבן, דאָס האָב איך אים צוגעזאָגט.

די צײַט איז געלאָפֿן און די קאָרעער מלחמה האָט זיך געענדיקט. משה האָט מיר געקלונגען פֿון סיאַטל, וואַשינגטאָן, וווּ זײַן עראָפּלאַן האָט געלאַנדעט. איך בין געווען גליקלעך, אַז ער איז אַרויסגעקומען מיט גאַנצע ביינער אומבאַשעדיקט. דערווײַל לאָזט ער מיר וויסן, ווי נאָר ער קומט אָן קיין ניו־יאָרק, אויף „אײַדלווײַלד לופֿטפֿעלד‟, (הײַנט קענעדי־לופֿטפֿעלד) וועלן אים אָפּוואַרטן זײַנע גליקלעכע טאַטע־מאַמע מיט דער משפּחה און נעמען אַהיים קיין לאָנג־אײַלענד.

איך האָב זיך שטאַרק באַליידיקט, נאָך די אַלע ליבע־דערקלערונגען, וווּ ער קען אָן מיר נישט לעבן, בין איך נישט פֿאַרבעטן צו זײַן אויפֿן לופֿט־פֿעלד, כאָטש גיי ווייס, וווּ דער פֿאַרטשאַדעטער לופֿטפֿעלד געפֿינט זיך, און ווי וואָלט איך אַהינגעקומען בכלל אָן אַן אויטאָ, און קיין געלט אויף אַ טעקסי האָבן מיר נישט פֿאַרמאָגט…

צו מאָרגנס האָט מען זיך באַגעגנט לעבן „קלײַנס־געשעפֿט‟ אויף דער פֿערצנטער גאַס, און ער איז גרייט מיך אַרומצוכאַפּן, אָבער איך שטער אים:

„הער מיך אויס, משה!‟ — האָב איך עס געמאַכט איינס און צוויי, „איך קום מיט אַ דרײַ־חדשמידיקן פּלאַן. לאָמיר זיך נישט זען דרײַ חדשים צײַט, דו גיי אַרויס אויף ראַנטקעס מיט וועמען דײַן האַרץ גלוסט, און איך וועל טאָן דאָס אייגענע.‟

ווי נאָר ער האָט אײַנגעשטימט, אין דעם מאָמענט האָב איך געוווּסט, אַז דער פֿויגל איז נישט פֿאַר מיר. דרײַ חדשים זײַנען פֿאַרבײַ, און דער טעלעפֿאָן רײַסט זיך שוין ווידער ווי אַ הונט אויף אַ קייט. משה זאָגט מיר אָן די גוטע בשׂורה, אַז ער איז אַרויסגעגאַנגען מיט אַלערליי מיידלעך, אָבער קיינס פֿון זיי קומט נישט צו מיר. דעריבער האָט ער זיך באַזאָרגט מיט די שליסעלעך פֿון אַ דירה אין מאַנהעטן, וואָס ער האָט באַקומען פֿון אַ געמיינזאַמען פֿרײַנד אונדזערן. איך האָב אָבער געוווּסט, אַז די באַגעגעניש וועט זיך ענדיקן מיטן געלעגער. ס’האָט צו טאָן מיט אַ סאָלדאַט, וועלכער האָט זיך ערשט צוריקגעקערט פֿון דער מלחמה, און ער וועט מיך ווידער באַלאַגערן מיט זײַן „ליב! ליב! ליב!‟ האָב איך מיטגענומען צו דער באַגעגעניש מײַן גוטע חבֿרטע באַשקען, און איר אָנגעזאָגט ס’לעבן נישט צוצולאָזן מיך אַרײַנצופֿאַלן אין קיין בלאָטע.

מײַן חבֿרטע באַשקע איז געווען איינע פֿון צען ברידער און שוועסטער. די משפּחה האָט אָפּגעשטאַמט פֿון אַ פּיטשיניונקעלע דערפֿעלע נישט ווײַט פֿון וואַרשע. קיינער פֿון די קינדער האָט נישט באַקומען קיין בילדונג, אַלע אַנאַלפֿאַבעטן. דאָס טאַטעלע איז געווען אַ שנײַדערוק, און די מאַמע האָט אויסגעזען ווי אַ פּוילישע פּויערטע, מיט פֿולע רויטע באַקן, בלאָנד און פֿול ווי אַ פֿעסעלע. אַלע האָבן גערעדט אַ קליין־שטעטלדיקן דיאַלעקט, געשלונגען די ווערטער און זאַיִקעט זיך בײַם רעדן. מײַן מאַמע האָט גערופֿן באַשקען „עבעך! מעבעך! לעמעך!‟ געמיינט צו זאָגן: „וועל איך, מיר וועלן! און לאָמיר!‟ בלויז איך האָב פֿאַרשטאַנען דאָס דאָרפֿישע לשון. די מאַמע אירע איז טאָג און נאַכט געשטאַנען בײַם אויוון און געקאָכט: „שפּאַגעטי!‟ און געשאָלטן:

„דאָס צעחושטע אַמעריקע! אַז די לאָקשן דאַרף מען ברעכן און ערשט שפּעטער פּאַרעווען…‟

באַשקע איז אָבער געווען מײַנס אַ חבֿרטע צוליב איר גוט האַרץ און איידעלער נשמה. ווען משה האָט אָבער געעפֿנט די טיר און דערזען מיך מיט באַשקען, איז ער אַרויס פֿון די כּלים:

סטײַטש! כ’האָב אים אָפּגעשפּילט אַ שפּיצל, נישט שיין! דעריבער איז ער געפֿאַלן אויף די קני און געבעטן: „לאָמיר שוין די רגע אַנטלויפֿן און חתונה האָבן און זאָל עס נעמען אַן עק.‟

„הער מיך אויס, משה!‟ — האָב איך אים אָנגעקוקט מיט מיטגעפֿיל. „מײַן מאַמע האָט דיך שטאַרק ליב, דו געפֿעלסט איר אָן אויסנאַם, זי וועט מיר נאָכלויפֿן מיט אַ טשעמאָדאַנטשיקל, אָבער איך האָב פֿאַר קיינעם נישט קיין מורא, קיינער וועט מיר נישט שטערן חתונה צו האָבן מיט וועמען איך וויל, אויף אַ מענטשלעכן אופֿן, מיט אַ באַליאָווע חתונה־קלייד, מיט אַ הויפֿן מחותּנים… ווי קום איך צו מאַכן אַ פּליטה, ווען קיינער שטערט מיר נישט חתונה צו האָבן…‟

ס’איז משהן באַפֿאַלן אַ קאַלטער שווייס, ער האָט זיך געשעמט פֿאַר מײַן חבֿרטע און אויסגעשריגן:

„קום! וועל איך אײַך ביידע נעמען אַהיים!‟

און ער האָט מיך יענעם נאָך־מיטיק גענומען אַהיים, מיר האָבן זיך געזעגנט קאַלט און קאַלעמוטנע. ער האָט נישט געגלייבט, אַז אַ גרין מיידל וועט אים אָפּשפּילן אַזאַ חתונה…

איך בין געווען אין יענער צײַט זייער ראָמאַנטיש געשטימט, וואָלט אַנאַ קאַרענינאַ אײַנגעגאַנגען אויף אַזאַ קאָמפּראָמיס? וואָלט איר אָפֿיציר אײַנגעגאַנגען אויף אַ דרײַ־חדשימדיקן איבעררײַס? משהס ליבע איז באַשטאַנען אין פּראַקטישע ענינים, אַ הויז אין לאָנג־אײַלענד, די וועטשערע אויפֿן טיש, די שטעק־שיך בײַם קאַמין, מסתּמא צוויי ייִנגלעך און אַ מיידל, געהאָרכזאַמע קינדער וואָלטן אים צוגעטראָגן די ליולקע. איין זאַך ווייס איך, משה איז נישט געווען פֿאַר מײַן טעמפּעראַמענט, נישט־נאָכגיביק און אין אַ געוויסן זינען טעמפּ.

ער האָט אונדז געפֿירט אין דער בראָנקס, מיך גענומען די ערשטע אַהיים. מיר האָבן זיך געזעגנט קאַלט און גלײַכגילטיק. ער האָט אויסגעדרייט זײַן אויטאָ און גענומען מײַן חבֿרטע באַשקען אַהיים, זי האָט געוווינט בלויז אַ פּאָר גאַסן פֿון מיר. אָפּגעשטעלט זײַן אויטאָ בײַ די טרעפּלעך פֿון הויז און איר פֿאָרגעלייגט חתונה צו האָבן מיט איר תיכּף־ומיד. און זי האָט גלײַך אײַנגעשטימט; נאָך אַלעמען איז ער, צווישן אונדז מיידלעך, געווען פֿאַררעכנט ווי אַ גרויסע מציאה, אַן אַמעריקאַנער „קאָלעדזש־בוי‟, רעדט ייִדיש און ער מיינט עס ערנסט.

זיי האָבן אין גיכן חתונה געהאַט! און גיי ווייס, אַז פֿון זיי וועט אַרויסשפּרינגען אַ גליקלעך פּאָרפֿאָלק, ממש אַ זיווג מן־השמים. זיי האָבן זיך באַזעצט אינעם זעלבן הײַזל אין לאָנג־אײַלענד, וואָס ער האָט מיר עס אָפּגעשילדערט, געהאַט דרײַ קינדער, צוויי מיידעלעך מיט אַ ייִנגל, געזעסן בײַם קאַמין, זי האָט אים צוגעטראָגן די לאַפּטשעס, געהאַט דאָס עסן גרייט אויפֿן טיש און דער עיקר, זי האָט גאָרנישט געפֿאָדערט פֿון אים און יעדער וווּנטש זײַנער איז געווען איר באַפֿעל.

מיט אַ יאָר שפּעטער זײַנען מיר, מײַן מאַן מענדל און איך, יאָרן לאַנג געוואָרן די בעסטע גוטע פֿרײַנד; געקומען אויף אַ וועטשערע צו זיי אינעם הײַזל אין לאָנג־אײַלענד, און דער טיש איז געגרייט, די קינדער אַרום טיש, דער קאַמין פֿלאַקערט, ער אַ צופֿרידענער רייכערט אַ ליולקע, און פֿאַר מיר אַנטפּלעקט זיך דאָס לעבן, וואָס ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט. און ווען מיר דערמאָנען זיך יענע צײַטן לאַכט מען און מ’טוט זיך משׂמח זײַן.