װערטער פֿון אַ גאַנץ יאָר

Words of the Year

„קיבאָרגן“ אױפֿן דאָנעצקער אַעראָפּאָרט
Facebook
„קיבאָרגן“ אױפֿן דאָנעצקער אַעראָפּאָרט

פֿון איציק בלימאַן

Published March 20, 2015, issue of April 17, 2015.

יעדן װינטער אױף דער זיצונג פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר אַמעריקאַנער דיאַלעקטן קומען פֿאָר די װאַלן פֿאַרן „װאָרט פֿון יאָר“. יעדערער מעג נאָמינירן קאַנדידאַטן און שטימען, אָבער דער עולם באַשטײט ס’רובֿ פֿון לינגװיסטן און דיאַלעקטאָלאָגן.

הײַיאָר האָט מען אױסגעקליבן דעם פּאָליטישן „העשטעג“ פֿון טװיטער׃ #blacklivesmatter, „אַפֿריקאַנער־אַמעריקאַנער נפֿשות האָבן אױך אַ װערט“. דער העשטעג האָט זיך װילד צעשפּרײט אױף דער אינטערנעץ אין שײַכות מיט די פּראָטעסטן קעגן דער פֿרײַזאָגונג פֿון די פּאָליציאַנטן, װאָס האָבן אין 2014 דערהרגעט די אומשולדיקע שװאַרצע מענער מײַקל בראַון און עריק גאַרנער.

אמת, עטלעכע פּוריסטן האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט, מײנענדיק, אַז דאָס „װאָרט פֿון יאָר“ מוז טאַקע זײַן אײן װאָרט. אַ „העשטעג“ איז גיכער אַ פֿראַזע אָדער אַ זאַץ, װאָס װערט באַניצט אױף טװיטער און פֿײסבוק, כּדי צו באַצײכענען, אַז אַ סטאַטוס געהערט צו אַ ברײטערער אַקטועלער טעמע. די מערסטע לינגװיסטן האָבן אָבער געהאַלטן, אַז אַ „װאָרט“ איז נישט מער װי אַ רײ קלאַנגען מיט אַ באַטײַט; גילט דער העשטעג פּונקט װי די אַנדערע נײַע „װערטער“, װאָס מע האָט געהאַט פֿאָרגעלײגט. צום סוף, האָט מען באַשלאָסן, אַז דער העשטעג #blacklivesmatter איז די בעסטע אָפּשפּיגלונג פֿון דעם צײַטגײַסט, װאָס האָט געהערשט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט אין 2014.

פֿון די װערטער, װאָס מע האָט אױסגעקליבן אין די פֿאַרגאַנגענע פֿינעף יאָר, זעט זיך די טענדענץ צו אָנערקענען די ראָלע פֿון דער אינערנעץ אין דער הײַנטיקער קולטור אין אַמעריקע: פֿיר פֿון זײ האָבן געהאַט אַ דירעקט שײַכות מיט דער אינטערנעץ. די אַמעריקאַנער דיאַלעקטאָלאָגן זענען אַװדאי נישט די אײנציקע, װאָס האָבן אָנערקענט די פֿאַרפֿלײצונג פֿון נײַע װערטער, על־פּי רובֿ סובסטאַנטיװן )זאַכװערטער) און װערבן, װאָס האָבן זיך געשאַפֿן אױף דער אינטערנעץ. דעם חודש װעט אַרױס די נײַסטע רשימה פֿון װערטער, װאָס װעלן אַרײַנגענומען װערן אינעם קומעדיקן נוסח פֿונעם חשובֿן אָקספֿאָרדער ענגלישן װערטערבוך. אַזױ װי אינטערנעץ־װערטער האָבן זיך געפֿונען אױף די לעצטע פּאָר רשימות, קען געמאָלט זײַן, אַז זײ װעלן װײַטער פֿיגורירן.

אױך אין דער נישט־ענגלישער װעלט שפּירט זיך די השפּעה פֿון דער אינטערנעץ אױפֿן מאָדערנעם װאָקאַבולאַר, אָבער זײערע לינגװיסטן האָבן װײניקער אָנערקענט די נײַשאַפֿונגען פֿון אינטערנעץ. למשל, די געזעלשאַפֿט פֿאַר דער דײַטשישער שפּראַך קלײַבט אױס אַ „װאָרט פֿון יאָר“, אָבער די לעצטע װערטער זענען אַלע פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע טעמעס: „ליכטגרענעץ“ (2014: אַ קונסט־אױסשטעלונג אױפֿן אָרט פֿונעם אַמאָליקן בערלינער מױער), גראָקאָ (2013: די „גרױסע קאָאַליציע“ אינעם דײַטשן בונדעסטאַג) און „רעטונגס־רוטין“ (2012: אַקציעס קעגן דעם אײראָפּעיִשן עקאָנאָמישן קריזיס).

די בערלינער „ליכטגרענעץ“ — דאָס דײַטשישע „װאָרט פֿון יאָר“
די בערלינער „ליכטגרענעץ“ — דאָס דײַטשישע „װאָרט פֿון יאָר“

דאָס עלעקטראָנישע װערטערבוך פֿון דער אוקראַיִנישער שפּראַך „מיסלאָװאָ“ קלײַבט אױס אַ װאָרט פֿון יאָר, װאָס איז אײגנטלעך דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע װאָרט לױט דער סטאַטיסטיק פֿון אױסזוך־װעבזײַטן און סאָציאַלע נעצן. דאָס װאָרט פֿון 2014 איז געװען „קיבאָרג“, נישט מיטן עלטערן טײַטש „ראָבאָט“, נאָר מיטן נײַעם פּאָליטישן באַטײַט: אײנער אַן אוקראַיִנער פּאַרטיזאַנער, װאָס האָט פֿאַרטײדיקט דעם דאָנעצקער אַעראָפּאָרט בשעת די שלאַכטן אין סעפּטעמבער.

װי אַ יונגער לינגװיסט און ייִדישיסט שטעל איך זיך עטלעכע פֿראַגעס: װאָס װאָלט געװען דאָס „װאָרט פֿון יאָר“ אין דעם ייִדישן שפּראַך־ציבור, אָדער בעסער געזאָגט, אין די פֿאַרשידענע ייִדישע שפּראַך־ציבורים (חסידישע, ישיבֿישע, ייִדישיסטישע, צװישן אַנדערע)? װער װאָלט געהאַט דאָס רעכט פֿאָרצולײגן קאַנדידאַטן און אױסצוקלײַבן דאָס װאָרט? צי זאָל מען אױסקלײַבן אַ װאָרט אױפֿן סמך פֿונעם טאָג־טעגלעכן באַניץ פֿון דער גערעדטער שפּראַך, צי פֿון דער געשריבינער שפּראַך? מעג מען אָננעמען אַ נעאָלאָגיזם, װאָס שטאַמט פֿון אַ גױיִשער שפּראַך? קײן קאָנקרעטע ענטפֿערס צו די פֿראַגעס האָב איך נישט.

דעריבער בעט איך זיך בײַ די לײענער פֿונעם „פֿאָרװערטס“, איר זאָלט נאָמינירן אײַערע וואָרט־קאַנדידאַטן אונטערן טעקסט פֿון דעם אַרטיקל (װי אַ קאָמענטאַר). זײַט אַזױ גוט, נעמט אין באַטראַכט סײַ דאָס ייִדישע לשון װאָס איר רעדט טאַקע, סײַ די נײַע װערטער װאָס איר האָט באַגעגנט בײַם לײענען ייִדישע פּובליקאַציעס. למשל, די „ייִדיש־ליגע‟ דרוקט אין יעדן נומער פֿונעם זשורנאַל „אױפֿן שװעל“ אַ נײַע טערמינאָלאָגיע, װאָס איז לעצטנס געװען געװידמעט דער מאַסן־קאָמוניקאַציע. אין „פֿאָרװערטס“ און אין אַנדערע ייִדישע צײַטשריפֿטן געפֿינען זיך אָן אַ שיעור נײַשאַפֿונגען. לאָמיר זען, צי אײַערע פֿאָרלײגן װעלן אָפּשפּיגלען די ראָלע פֿון דער אינטערנעץ אין אונדזער לעבן, צי אַקטואַליטעטן און פּאָליטישע געשעענישן, צי װערטער, װאָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור פֿון הײַנט.