דער עולם אין דער גרויסער פּאַריזער שיל, באַקאַנט ווי „די סינאַגאָגע פֿון נצחון‟, האָט מיט הויכע אַפּלאָדיסמענטן באַגריסט מאַרעק האַלטער, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה און זײַן נאָענטן חבֿר, אימאַם כאַסען שאַלגומי.
האַלטער, אַ באַקאַנטער שרײַבער, וועלכער חבֿרט זיך מיטן פֿראַנצויזישן פּרעמיער־מיניסטער, מאַנועל וואַלס, פֿאַרנעמט זיך מיטן פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן ייִדן און מעסיקע מוסולמענער. צוזאַמען מיט שאַלגומי, האָבן זיי באַזוכט די שיל דעם 11טן יאַנואַר, מיט צוויי טעג נאָכן שרעקלעכן מאָרד פֿון פֿיר ייִדן אין אַ פּאַריזער כּשרן סופּערמאַרקעט. די שיל איז געווען געפּאַקט, כּדי אויסצוהערן דעם באַקאַנטן ייִדישן כּלל־טוער און דעם פֿרײַנדלעכן אימאַם.
לעצטנס, צוליב די אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן, זענען אַ רעקאָרד־גרויסע צאָל פֿראַנצויזישע ייִדן אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל. אין זײַן רעדע, האָט האַלטער געבעטן די אָרטיקע ייִדישע קהילה דווקא נישט צו פֿאַרלאָזן פֿראַנקרײַך. אין יאַנואַר, האָט ער אַרויסגעגעבן אַ מאַניפֿעסט אויף 63 זײַטלעך, וווּ ער בעט די ייִדן און מוסולמענער צו קעמפֿן צוזאַמען, כּדי די מינאָריטעטן אין פֿראַנקרײַך זאָלן זיך פֿילן באַקוועמער.
האַלטער איז איינער פֿון די באַקאַנטסטע אָרטיקע ייִדישע פּערזענלעכקייטן, וואָס גלייבן, אַז ס׳איז בעסער צו בלײַבן אין פֿראַנקרײַך. אַ סך שטיצער פֿון אַזאַ מיינונג זענען פּראָגרעסיוו־געשטימטע אַשכּנזים. להיפּוך, האַלטן אַ סך קאָנסערוואַטיווע ספֿרדים, אַז עס וואָלט געווען בעסער צו עמיגרירן קיין ישׂראל. לויטן חשבון פֿון סערדזשאָ סעלאַפּערגאָלאַ, אַ סאָציאָלאָג פֿונעם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟ און איינער פֿון די גרעסטע מומחים אין ייִדישער דעמאָגראַפֿיע, באַטרעפֿן די ספֿרדים בערך 80־90 פּראָצענט פֿון די פֿראַנצויזישע עולים.
דעלאַפּערגאָלאַ גלייבט, אַז דער גרויסער פּראָצענט פֿון די ספֿרדים האָט צו טאָן מיט זייערע געמישטע געפֿילן וועגן די מוסולמענער. אַ סך פֿון זיי שטאַמען פֿון צפֿון־אַפֿריקע, וווּ ייִדן און אַראַבער האָבן געלעבט פֿרידלעך צוזאַמען. נישט ווייניק פֿון זיי האָבן אָבער אין זייער אַלטער היים אויך געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע. דערצו, זענען צווישן די פֿראַנצויזישע ספֿרדים פֿאַרשפּרייט רעליגיעז־ציוניסטישע שטימונגען. די „ייִדישע אַגענץ‟, „סוכנות‟, איז זיך משער, אַז הײַיאָר קאָן די צאָל נײַע פֿראַנצויזישע עולים דערגרייכן 15,000 נפֿשות.
אַ צאָל אַנדערע ייִדישע פֿאָרשטייער פֿון דער פֿראַנצויזישער עליט, אַרײַנגערעכנט דעם פֿילאָסאָף בערנאַר־אַנרי לוי און דעם הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ — אַן אַלזשירער ספֿרדי — האָבן זיך באַטייליקט אין דער זעלבער אונטערנעמונג אין דער גרויסער פּאַריזער שיל און געשטיצט האַלטערס מיינונג, אַז בלויז פּערזענלעכע איבערצײַגונגען, און נישט פּחד, איז אַ טויגלעכער מאָטיוו עולה צו זײַן קיין ישׂראל.
די ספֿרדישע פֿראַנצויזישע אָרגאַניזאַציע „סיאָנאַ‟ האָט אָבער שאַרף קריטיקירט האַלטערס אַרטיקל אין דער צײַטונג „לע מאָנד‟, וווּ ער האָט ווידער גערופֿן די ייִדן צו בלײַבן און „נישט איבערצולאָזן דאָס לאַנד די דזשיהאַדיסטן און די עקסטרעם־רעכטע‟. ראָזשע פּינטאָ, דער פּרעזידענט פֿון דער דאָזיקער גרופּע, האָט געטענהט, אַז אַזעלכע מענטשן, ווי האַלטער, „זאָלן בעסער זיצן אין זייערע אינטערנאַציאָנאַלע סאַלאָנען‟, אַנשטאָט צו געבן עצות פֿאַר די פּשוטע ייִדישע תּושבֿים פֿון פֿראַנקרײַך.
הגם צווישן די וועלטלעכע אינטעלעקטואַלן אין פֿראַנקרײַך טרעפֿן זיך מער אַשכּנזים, און אַ סך ספֿרדים זענען קאָנסערוואַטיווע טראַדיציאָנאַליסטן, געפֿינען זיך צווישן ביידע באַפֿעלקערונג־גרופּעס פֿאָרשטייער פֿון היפּוכדיקע דעות. ווען הונדערטער טויזנט צפֿון־אַפֿריקאַנער ייִדן זענען אין די 1950ער יאָרן אַוועקגעפֿאָרן קיין פֿראַנקרײַך, האָבן זיי געירשנט דאָס אָרט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער טראַדיציאָנעלער אַשכּנזישער קהילה, וואָס האָט פֿאַרלוירן בערך אַ דריטל פֿון אירע מיטגלידער בעת דעם חורבן. ס׳איז מעגלעך, אַז די הײַנטיקע עליה־כוואַליע וועט ווידער ברענגען די וועלטלעכע און אַסימילירטע ייִדן אין שפּיץ פֿון דער קהילה־סטרוקטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.