(די 2 טע זײַט פֿון 2)
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז איין פֿליגל דאַרף פּרעזענטירן די גרויסע שפּראַכן, ווי שפּאַניש, פֿראַנצייזיש, כינעזיש אאַז”וו. דאָרט קען מען האָפֿנטלעך אַרויסקוקן אויף דער פֿינאַנציעלער הילף פֿון די אַלע לענדער, וואָס ווילן רעקלאַמירן און פֿאַרשפּרייטן זייער אייגענע שפּראַך און קולטור — וועלן זיי מסתּמא זײַן גרייט בײַצוטראָגן וויכטיקע היסטאָרישע חפֿצים: נאַפּאָלעאָנס אַ בריוו, מאָצאַרטס אַ מוזיק־בויגן אאַז”וו. דער פֿליגל וועט מסתּמא זײַן דער שענסטער און דער וויכטיקסטער פֿאַר די לערער און תּלמדים, וואָס וועלן קומען צו גאַסט.
צום סוף, דאַרף אויך זײַן איין פֿליגל געווידמעט — ענגליש. ווײַל ניט געקוקט אויף די הונדערטער מיליאָנען מענטשן וואָס רעדן ענגליש איבער דער גאָרער וועלט, הערשט ווײַטער אַרום דער שפּראַך אַ גוואַלדיק עם־הארצות, ספּעציעל בײַ אונדז אין אַמעריקע. די גראַמאַטיק לערנט מען ניט מער אין די שולן, דער אויסלייג איז אוממעגלעך, דער ווערטער־אוצר איז דער גרעסטער צווישן אַלע לשונות אויף דער וועלט. דאָ דאַרף מען ווײַזן אויף אַ בילדערישן אופֿן, ווי אַזוי ענגליש האָט מאַסנווײַז צוגערויבט ווערטער פֿון אַזוי פֿיל אַנדערע לשונות אין משך פֿון זײַן גאַנצער געשיכטע, פֿון די ערשטע צײַטן, דורך הונדערטער יאָרן קאָלאָניאַליזם, ביז דער הײַנטיקער גלאָבאַליזאַציע. מע דאַרף דערציילן, ווי אַזוי ענגליש איז אויסגעוואַקסן אַ וועלטשפּראַך פֿונעם קליינעם בינטל לשונות, וואָס עטלעכע גערמאַנישע שבֿטים האָבן געבראַכט מיט זיך פֿון דענמאַרק און צפֿון־דײַטשלאַנד מיט פֿופֿצן־הונדערט יאָר צוריק.
מע דאַרף אויך באַקענען די מוזיי־באַזוכער מיט די פֿאַרשיידענע מינים ענגליש, וואָס עקסיסטירן איבער דער וועלט — מיט די אַלטע דיאַלעקטן פֿון ענגלאַנד און שאָטלאַנד, מיט די ריידענישן פֿון די קאַריבישע אינדזלען און פֿון אַנדערע מקומות, וואָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער הײַנט איז ניט גרינג זיי צו פֿאַרשטיין. אויך מיט די אַמעריקאַנער ריידענישן — פֿון די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, פֿון די אַפּאַלאַכן און די דרום־שטאַטן, פֿונעם עלטערן דור ניו־יאָרקער, און נאָך און נאָך. דורך דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע איז מעגלעך צו הערן יעדן מין ענגליש וואָס איז נאָר פֿאַראַן, צו זען אויף דער מאַפּע, וווּ מע רעדט עס, און צו קוקן ווידעאָ־אינטערוויוען מיט די מענטשן, וואָס רעדן עס. מיט ייִדיש קען מען דאָס שוין ניט מאַכן, צום באַדויערן, אונדזערע דיאַלעקטן געפֿינען זיך אויפֿן עולם־האמת. אָבער ענגליש האָט נאָך אַ שפֿע פֿון ריידענישן, וואָס ס’איז כּדאַי צו אינפֿאָרמירן די באַזוכער וועגן זיי.
איצט דאַרף איך אײַך מיטטיילן, אַז די אידעע פֿון אַ שפּראַך־מוזיי איז ניט קיין נײַע — פֿאַקטיש איז שוין פֿאַראַן אַ „נאַציאָנאַלער מוזיי פֿון שפּראַך‟, וואָס געפֿינט זיך אין קאַלעדזש־פּאַרק, מערילאַנד, ניט ווײַט פֿון וואַשינגטאָן. אָבער אין יענעם מוזיי, וואָס באַשטייט בלויז פֿון עטלעכע צימערן, איז ניט גרינג צו קומען די מיליאָנען מענטשן, וואָס וואָלטן געקענט האָבן פֿון אים עפּעס אַ נוץ: אימיגראַנטן, קינדער פֿון אימיגראַנטן, תּלמידים אין די שולן, סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן. אַ וועלט־מוזיי קען מען ניט פֿאַרשטעקן אין אַ ווינקל הינטער די הרי־חושך, עס דאַרף זיך געפֿינען אין מיטן דער וועלט־שטאָט.
בלײַבט אָבער די פֿראַגע: ווער וועט בויען דעם דאָזיקן בבֿל־טורעם, וואָס האָט זיך מיר געחלומט? נו, ווען איך בין רויטשילד, וואָלט איך עס אַליין געבויט — אָדער זיך צונויפֿגערעדט מיט מײַנע רײַכע פֿרײַנד און מיט מלוכה־לײַט, אַז זיי זאָלן עס בויען. אָבער דערווײַל, ביז איך וועל ווערן רויטשילד, לאָז איך דעם פּלאַן איבער צו אײַך, מײַנע ליבע לייענער; איר זאָלט כאָטש קענען אָנהייבן אַרבעטן אויף דער ייִדיש־אויסשטעלונג…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.