דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר לענאַרד נימוי, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 27סטן פֿעברואַר, איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די צענטראַלע פּערסאָנאַזשן פֿון דער אָריגינעלער „שטערן־נסיעה‟. אַזוי האָט לייבל באָטוויניק, דער מחבר פֿונעם פֿאַנטאַסטישן בוך „געהיימע שליחות‟ אויף ייִדיש, אָנגערופֿן דעם קלאַסישן פֿאַנטאַסטישן טעלעוויזיע־סעריאַל „סטאַר־טרעק‟ אין זײַן קורצן אַרטיקל אויף ייִדיש, וואָס ער האָט אָנגעשריבן פֿאַרן „אינסטיטוט פֿון דער קלינגאָנער שפּראַך‟.
די קלינגאָנער, אַ ברוטאַלע מיליטאַנטישע פֿרעמדפּלאַנעטישע ראַסע, האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן אינעם סעריאַל דעם 23סטן מאַרץ 1967. ספּאָק, אַ פֿאָרשטייער פֿון די וווּלקאַנער — אַן אַנדער ראַסע פֿונעם ווײַטן קאָסמאָס, אַ רויִקע און שׂכלדיקע, מיט טשיקאַווע שפּיציקער אויערן — איז דעמאָלט שוין געווען גוט באַקאַנט די צוקוקער, אָנהייבנדיק פֿונעם סאַמע ערשטן עפּיזאָד. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער נאָכן אײַנפֿירן די קלינגאָנער, האָט נימוי, וועלכער האָט אויסגעפֿירט ספּאָקס ראָלע, פֿאַרחידושט די ייִדישע ליבהאָבער פֿונעם סעריאַל מיטן וווּלקאַנער באַגריסונג־צייכן, וואָס זעט אויס ענלעך צום כּהנים־זשעסט בײַם דוכענען. אין פֿאַרגלײַך מיט דער ברכּת־כּהנים, שטרעקן אָבער די וווּלקאַנער אַרויס בלויז איין האַנט מיט צעשפּרייטע פֿינגער.
שפּעטער, האָט נימוי דערקלערט, אַז זײַענדיק אַ נײַגעריק קינד, האָט ער זיך אונטערגעקוקט אונטער זײַן טאַטנס טלית בעת דער ברכּת־כּהנים אין דער שיל, און האָט דערזען דעם מיסטעריעזן פֿינגער־צייכן. דאָס איז נישט דער איינציקער סימן פֿון ייִדישקייט אינעם „סטאַר־טרעק‟.
למשל, אין אַ שפּעטערדיקן גילגול פֿונעם סעריאַל, אינעם יאָר 1998, באַווײַזן זיך צוויי חסידישע ייִדן. די מעשׂה קומט פֿאָר אין די 1950ער יאָרן; בענדזשאַמין סיסקאָ, דער שוואַרץ־הויטיקער קאַפּיטאַן פֿון דער קאָסמישער סטאַנציע „דיפּ־ספּייס 9‟, הייבט אָן זען וויזיעס פֿון דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, אין וועלכע ער טרעט אויף ווי אַ יונגער ניו־יאָרקער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שרײַבער.
נישט אַלעמאָל זענען די מעגלעכע ייִדישע רמזים אינעם „סטאַר־טרעק‟ פּאָזיטיוו. די קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז די פֿערענגי, אַ ווילד סעקסיסטישע, קאַרגע און שווינדלערישע ראַסע מיט גרויסע אויערן, זעען אויס ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן. לויט אַן אַנדער אָפּטײַטש, רעפּרעזענטירן זיי אָבער די אַלגעמיינע קאַפּיטאַליסטישע שטימונג פֿון אונדזער תּקופֿה. אין דער צוקונפֿט, וווּ עס קומען פֿאָר די געשעענישן פֿון די פֿאַנטאַסטישע געשיכטעס, זענען אויף דער ערד מער נישטאָ קיין געלט־באַציִונגען און עס הערשט אַ געזעלשאַפֿטלעכע סיסטעם מיט כּמו־סאָציאַליסטישע עלעמענטן.
דער „סטאַר־טרעק‟ בלײַבט באַקאַנט, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אַ קאַנאָנישער טעלעוויזיע־סעריאַל, וואָס ווײַזט אַ ליכטיקן פּראָגרעסיוון עתיד, וווּ די הײַנטיקע געזעלשאַפֿטלעכע צרות זענען באַזיגט געוואָרן און כּמעט אַלע מחלות אָדער נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס קאָן מען אויסמײַדן צוליב דער גאָר הויך אַנטוויקלטער וויסנשאַפֿט.
הרבֿ יונתן גרשום, אַ בראַצלעווער חסיד און אַ באַקאַנטער פֿרומער שטיצער פֿון וועגעטאַרישקייט, האָט מיט 5 יאָר צוריק אַרויסגעגעבן אַ גאַנץ בוך וועגן ייִדישע עלעמענטן פֿונעם „סטאַר־טרעק‟. ער באַטראַכט אַזעלכע טשיקאַווע ענינים, ווי די קשיא, צי מע קאָן בלײַבן אַן אויטענטישער אָנהענגער פֿון דער וווּלקאַנער פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָרט זײַן אַ פֿרומער ייִד. דער דאָזיקער רבֿ פֿירט אָן מיט אַ ספּעציעלן בלאָג פֿאַר „טרעק־ייִדן‟.
נישט לאַנג צוריק, האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענטקע מאַשאַ לעאָן פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם Forward אירע פּערזענלעכע זכרונות וועגן נימוי. צוליב זײַן פּערזענלעכער טעטיקייט, שילדערט זי אים ווי אַ „וווּלקאַנער ייִדישיסט‟. דער אַקטיאָר האָט זיך טאַקע אַקטיוו באַטייליקט אין ייִדיש־אונטערנעמונגען.
נימוי איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער אימיגראַנטישער משפּחה פֿון זאַסלאַוו, אוקראַיִנע. אין מנחם דאַומס און אורן רודאַווסקיס פֿילם וועגן די חסידים, דערציילט נימוי, ווי דער נאַראַטאָר, וועגן פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס אין ניו־יאָרק. אינעם יאָר 2002, האָט ער אַרויסגעגעבן זײַן בוך „שכינה‟, וווּ עראָטישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון פֿרויען ווערן רעפּרעזענטירט ווי אַנטפּלעקלונגען פֿון דער געטלעכער ווײַבלעכקייט. אַ טייל מאָדעלן טראָגן טלית און תּפֿילין אויפֿן נאַקעטן גוף.
אין איינעם פֿון די פֿריִיִקע עפּיזאָדן פֿונעם „סטאַר־טרעק‟ ווערט געוויזן אַ פּלאַנעט, וווּ עס הערשט אַן עכטער נאַציזם, מיט האַקנקרייצן און אַן אייגענעם מין הילטער. אין דער זעלבער שטערן־סיסטעם איז פֿאַראַן אַן אַנדער כּמו־ייִדישע פֿרידלעכע פּלאַנעט מיטן נאָמען זיִאָן; די נאַציס פּלאַנירן אומצוברענגען אַלע תּושבֿים פֿונעם דאָזיקן פּלאַנעט. די שיף „ענטערפּרײַז‟, בראָש מיטן קאַפּיטאַן קערק, קומט באַצײַטנס צו הילף און שטעלט אָפּ דעם חורבן. דער רמז פֿונעם עפּיזאָד איז אַזוי קלאָר, אַז ביז די 1990ער יאָר האָט מען עס נישט דערלאָזט אויף דער דײַטשישער טעלעוויזיע, ווײַל אין דײַטשלאַנד טאָר מען נישט, על־פּי געזעץ, ווײַזן פֿאַרווײַל־פֿילמען מיט די נאַציס.
צוליב אַזעלכע עלעמענטן, טראַכטן אַ טייל אַמעריקאַנער ייִדן, אַז דער „סטאַר־טרעק‟ האָט בעצם אַ ייִדישן טעם אָדער איז באַגרינדעט אויף ייִדישע ווערטן. ס׳איז טאַקע נישט קיין חידוש, אַז אין דער קינאָ־פּראָדוקציע פֿון האָליוווּד, וווּ עס אַרבעטן אַ סך ייִדן, טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע סימנים פֿון ייִדישקייט. די צײַטונג „האָרץ‟ האָט מיט צוויי וואָכן צוריק אויך פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון נתן אַברמס, לויט וועכלן נימוי און אַ צאָל אַנדערע יחידים האָבן, כּלומרשט, אָנגעפֿילט דעם „סטאַר־טרעק‟ מיט דער „באַהאַלטענער ייִדישקייט‟.
בלי־שום־ספֿק, בלײַבט דער „סטאַר־טרעק‟ אַ מײַסטער־ווערק פֿון וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק. אין הונדערטער עפּיזאָדן, פֿילמירט פֿון 1966 ביז 2005, ווערן באַטראַכט כּלערליי טעמעס, וואָס מע קאָן אויך באַקוקן פֿון דער ייִדישער פּערספּעקטיוו. פֿונדעסטוועגן, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, לײַדט דער סעריאַל אויך פֿון טיפֿע אידעאָלאָגישע חסרונות.
אינעם „סטאַר־טרעק‟ ווערט געוויזן אַ צוקונפֿט, וווּ כּמעט אַלע חילוקים צווישן מענטשן זענען שוין לאַנג בטל געוואָרן, און פֿון אַלע רעליגיעס זענען געבליבן בלויז פֿאַרצײַטיקע באָבע־מעשׂיות. די רעליגיעזע פּערסאָנאַזשן טרעפֿן זיך בלויז אויף די אַנדערע פּלאַנעטן, וווּ די תּושבֿים זענען נאָך נישט פּטור געוואָרן פֿון זייערע „באַרבאַרישע‟ גלייבעכצער.
אויף דער ערד הערשט טאַקע גלײַכקייט, ווײַל די אַמעריקאַנער קולטור האָט איבערגעכאַפּט דעם גאַנצן פּלאַנעט און זיך פֿאַרשפּרייט ווײַט אַרום דער גאַלאַקטיק, האַלטנדיק אין איין פֿירן ווײַטער די אימפּעריאַליסטישע עקספּאַנסיע. כּמעט דער גאַנצער „ציוויליזירטער‟ אוניווערס רעדט אויף ענגליש; פֿון פֿראַנצויזיש, רוסיש אָדער כינעזיש, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדיש, זענען געבליבן בלויז ראָמאַנטישע זכרונות און קנאַפּע קאַריקאַטוריש אַמעריקאַניזירטע נאַציאָנאַלע מינהגים.
הגם די אַזוי־גערופֿענע „ערשטע דירעקטיוו‟, די וויכטיקסטע תּקנה פֿון די קאָסמאָס־נסיעות, פֿאַרווערט זיך אַרײַנצומישן אינעם לעבן פֿון פֿרעמדע פּלאַנעטן, ברעכט מען דעם דאָזיקן כּלל אויף יעדן שריט און טריט צוליב פֿאַרשיידענע תּירוצים. הגם אינעם אַמעריקאַניזירטן טייל פֿונעם אוניווערס הערשט שלום און רויִקייט, גייען אינעם קאָסמאָס שטענדיק אָן מיליטערישע קאָנפֿליקטן מיט די אַנדערע ציוויליזאַציעס.
די אַנדערע פּראָבלעמאַטישע טעמע איז דער בפֿירושער ראַסיזם, וואָס טרעפֿט זיך אינעם „סטאַר־טרעק‟ ממש אויף יעדן שריט און טריט. הגם די תּושבֿים פֿון אונדזער פּלאַנעט האָבן שוין לאַנג פֿאַרגעסן די אַמאָליקע אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן די פֿעלקער און ראַסעס, ווערן די ראַסיסטישע סטערעאָטיפּן פֿאַרשאַרפֿט אויף אַ גראָטעסק־גרויסן מאַסשטאַב, ווען עס גייט די רייד וועגן אַנדערע פּלאַנעטן. לויט דער פֿאָרעם פֿון די אויערן צי אַן אַנדער אויבערפֿלעכלעכן אויסזען־אַספּעקט, קאָן מען וויסן פֿון פֿאָרויס, ווי אַזוי אַ געוויסער פּערסאָנאַזש וועט זיך אויפֿפֿירן לויט פֿעסט באַשטימטע טענדענצן, וואָס זענען צומאָל פֿאַרבונדן מיט די באַקאַנטע מינים קסענאָפֿאָביע. למשל, אין דער קולטור פֿון די ווילדע מיליטאַנטישע קלינגאָנער שפּיגלען זיך אָפּ די אַנטי־רוסישע און אַנטי־אַזיאַטישע סטערעאָטיפּן פֿון דער קאַלטער מלחמה.
נישט געקוקט אויף די דאָזיקע סתּירותדיקע מאָמענטן, איז קלאָר, אַז די שאַפֿער פֿונעם סעריאַל האָבן געשטרעבט צו שילדערן אַן אידעאַליסטישע אוטאַָפּיע. דערצו, האָבן זיי געשאַפֿן אַ גאָר פּרטימדיקע און שפּאַנענדיקע וועלט מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע שפּראַכן און קולטורן. דער לינגוויסט מאַרק אָקראַנד האָט אויסגעטראַכט די גראַמאַטיק און דעם וואָקאַבולאַר פֿון קלינגאָניש, ווי אַ טייל פֿונעם סימפּאַטישן געשטאַלט פֿון דער דאָזיקער ציוויליזאַציע.
דעם אידעאָלאָגישן מישמאַש קאָן מען פֿאַרשטיין, אויב מע דערמאָנט זיך, אַז נימוי האָט פֿאַרחידושט די צוקוקער מיט זײַן „ברכּת־הכּהנים‟, ווען „נאַסאַ‟ האָט זיך געגרייט אָפּצושיקן די עקספּעדיציע אויף דער לבֿנה, ווען אין וויעטנאַם איז אָנגעגאַנגען די שרעקלעכע מלחמה. די אַמעריקאַנער זענען דעמאָלט געווען צוגעוווינט צום בפֿירושן ראַסיזם; די קאַלטע מלחמה האָט געשאַפֿן אַ ריי סטערעאָטיפּן וועגן דער נישט־מערבֿדיקער קולטור.
אין דער זעלבער צײַט, האָט דער יונגער דור געקעמפֿט פֿאַר פּראָגרעסיווע אידעאַלן און געשילדערט אַ וועלט, וווּ אַנשטאָט געלט־קאָנקורענץ און קאָנפֿליקטן צווישן לענדער הערשט שלום און גלײַכקייט. פֿונדעסטוועגן, קאָן מען זיך דאָך נישט באַגיין אינגאַנצן אָן בלוטיקע גוואַלד־סצענעס; דעמאָלט וואָלט דער סעריאַל נישט צוגעצויגן אַזויפֿיל צוקוקער. ממילא, האָט זיך בײַ דזשין ראָדענבערי, דעם אָריגינעלן סצענאַריסט פֿונעם „סטאַר־טרעק‟, וועלכער האָט בפֿירוש געקעמפֿט קעגן דער מלחמה אין וויעטמאַם, באַקומען אַ מישמאַש פֿון פּראָגרעסיווע כּוונות מיט דער אַמעריקאַנער גלאָבאַלער אויבערהאַנט.
בקיצור, דער געדאַנק, אַז דער „סטאַר־טרעק‟ איז, כּלומרשט, אַ ממשותדיק „ייִדישער‟ סעריאַל, איז זיכער אַ גוזמא. און נעמען נעמט זיך די דאָזיקע גוזמא פֿון די אַמעריקאַניזירטע ייִדן, וואָס באַטראַכטן די אַלגעמיינע אַמעריקאַנער קולטור ווי „דזשויִש‟, אויב מע קאָן דאָרטן באַמערקן וועלכן־ניט־איז שפּור פֿון ייִדישער השפּעה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.