פֿינלענדישע קריסטן פּראַווען 25 יאָר פֿון העלפֿן רוסישע ייִדן

Finnish Christians Celebrate 25 Years of Helping Russian Jews

אַ גרופּע פֿינלענדישע קריסטן דריקן אויס זייער ליבשאַפֿט פֿאַר מדינת־ישׂראל, פֿאַרפֿלאַנצנדיק ביימער דורך „קרן קימת‟ אינעם גליל, נאָוועמבער 2014
KKL-JNF
אַ גרופּע פֿינלענדישע קריסטן דריקן אויס זייער ליבשאַפֿט פֿאַר מדינת־ישׂראל, פֿאַרפֿלאַנצנדיק ביימער דורך „קרן קימת‟ אינעם גליל, נאָוועמבער 2014

פֿון ייִט״אַ

Published March 22, 2015, issue of April 17, 2015.

אַ גרופּע קריסטלעכע ציוניסטן אין פֿינלאַנד האָבן לעצטנס געפּראַוועט 25 יאָר זינט זיי האָבן אָנגעהויבן העלפֿן די ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד עולה צו זײַן קיין ישׂראל.

אין וואָס איז באַשטאַנען זייער הילף? אין 1990, ווען די כוואַליע פֿון אַ מיליאָן עולים האָט אָפֿט פֿאַרפֿלייצט די פֿליפֿעלדער, האָט אולאַ יאַרווילעטאָ, אַ געוועזענער געזעץ־געבער און גינעקאָלאָג אין פֿינלאַנד, דורכגעפֿירט אַ פּלאַן, וואָס ברענגט אויטאָבוסן מיט רוסישע עולים אינעם שכנותדיקן פֿינלאַנד, וווּ די ייִדן זענען דרײַ טעג לאַנג אײַנגעשטאַנען אין די היימען פֿון די קריסטלעכע וואָלונטירן, און זענען דערנאָך ווײַטער געפֿאָרן קיין ישׂראל דורך די סקאַנדינאַווישע פֿליפֿעלדער, האָט איבערגעגעבן האַואַרד פֿלאַוער, דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע „עליה פֿאַר דער אינטערנאַציאָנאַלער קריסטלעכער אַמבאַסאַדע — ירושלים‟, וואָס פֿירט אויס די פּרטים פֿון דעם פֿינלענדישן מאַרשרוט. בערך 25,000 פֿינלענדישע וואָלונטירן האָבן זיך שוין באַטייליקט אין דעם.

אין 1996 האָט די סוכנות אָנערקענט די מעלות פֿון דעם פּראָיעקט און אָנגעהויבן צוזאַמענאַרבעטן מיט די אָרגאַניזירער פֿון דער פּראָגראַם.

הגם הײַנט איז די צאָל עולים פֿון געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אַ סך קלענער — בלויז 100 מענטשן אַ יאָר — פֿירט די פֿינלענדישע אָרגאַניזאַציע ווײַטער דורך דעם מאַרשרוט, בשותּפֿות מיט וואָלונטירן פֿונעם „פֿינלענדישן עקסאָדוס־קאָמיטעט‟, באַקאַנט ווי Neliapila.

„מיר טוען עס ווײַטער, טאָמער וועלן אין דער צוקונפֿט אויסברעכן ווילדע אומרוען אין רוסלאַנד אָדער אוקראַיִנע, וואָס קאָנען שאַפֿן שוועריקייטן פֿאַר די נײַע עולים,‟ האָט פֿלאַוער געזאָגט.