אינעם ייִדישן מוזיי אין לאָנדאָן געפֿינט זיך איצט אַן אויסשטעלונג, וואָס גיט איבער די געשיכטע פֿון חתונות אין דער ייִדישער קהילה אין בריטאַניע צווישן דעם 19טן און דעם מיט־20סטן יאָרהונדערט. די אויסשטעלונג, For Richer For Poorer: Weddings Unveiled [רײַך אָדער אָרעם: ווי אַזוי די חתונות האָבן אַמאָל אויסגעזען] שפּיגלט אָפּ דאָס לעבן, בעיקר, פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אינעם „איסט ענד‟ אין לאָנדאָן.
„קיינער אין דער שטאָט ווײַט־טשאַפּל איז נישט אַזוי פֿאַרנומען, און פֿאַרדינט נישט אַזוי פֿיל, ווי דער שדכן,‟ האָט די שרײַבערין לויִז דזשאָרדאַן מילן געשריבן אין 1900. אויף דער אויסשטעלונג קען מען טאַקע זען אַ שדכנס העפֿט פֿון פּאָטענציעלע קונים, אָנגעשריבן אויף ייִדיש. לעבן די נעמען פֿון יענע, וועלכע דער שדכן האָט פֿאַר זיי טאַקע געפֿונען אַ שידוך, האָט מען אָנגעשטעמפּלט אַ בילד פֿון צוויי הענט, וואָס גיבן זיך אַ תּקיעת־כּף.
צווישן די אַנדערע עקספּאָנאַטן געפֿינען זיך חופּה־קליידער, פֿאָטאָגראַפֿיעס, כּתובות, חתונה־פֿאַרבעטונגען, מעניוען און די זיצפּלענער.
איינס פֿון די חופּה־קליידער, וואָס מע האָט ספּעציעל רעסטאַוורירט לטובֿת דער אויסשטעלונג, איז אַן עלעגאַנט, אָבער צניעותדיק, זײַדן קלייד פֿון 1905, וואָס האָט געהערט צו שׂרה לוי, וועלכע האָט חתונה געהאַט מיט אַ ייִדישן שטיוול־מאַכער, אַן אימיגראַנט פֿון פּוילן. אין פֿאַרגלײַך, איז אַ צווייט קלייד, באַפּוצט מיט פּערעלעך און פּלאַסטישע בלומען, בכלל נישט צניעותדיק; דאָס האָט אַ קאָמוניסטישע כּלה געטראָגן אין 1925.
נישט געקוקט אויף דער גרויסער אָרעמקייט פֿון אַ סך ייִדישע משפּחות אין יענע יאָרן, האָבן אַ טייל פֿון זיי געפּראַוועט ריזיקע חתונות, מיט זייער אַ סך עסן — אַ זאַך, וואָס זיי האָבן לאַנגע יאָרן געהאַט אָפּגעשפּאָרט געלט דערפֿאַר. אין געוויסע פֿאַלן האָבן די עלטערן פֿון אַ נײַ־געבוירן מיידעלע תּיכּף אינוועסטירט אין אַ פֿאָנד לכּבֿוד איר צוקונפֿטדיקן נדן, אָדער אַרויסגענומען הלוואות, וואָס האָט זיי געמאַכט פֿאַר פֿאַרצרהטע בעלי־חובֿות.
דער גרעסטער אָפּטייל פֿון דער אויסשטעלונג איז געווידמעט דעם פּאָפּולערן התונה־פֿאָטאָגראַף פֿון יענע צײַטן — באָריס בענעט (1900־1985). מע פֿלעגט זאָגן: „אויב איר האָט נישט קיין ׳באָריס־בילד׳, זענט איר נישט מאַן־און־ווײַב‟. אַ געבוירענער אין פּוילן, האָט בענעט עמיגרירט קיין לאָנדאָן אין 1922 און, אינספּירירט פֿון האָליוווּד, האָט ער געעפֿנט אַ פֿאָטאָ־סטודיאָ, וואָס זאָל מאַכן זײַנע קליִענטן אויסזען ממש ווי קינאָ־שטערן, נישט געקוקט אויף זייער הכנסה אָדער סטאַטוס. זײַנע בילדער זענען געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז אין אַ געוויסן זונטיק האָט ער געקאָנט פֿאָטאָגראַפֿירן כּמעט 30 פּאָרלעך, און אָפֿט מאָל האָבן זײַנע קליענטן געמוזט וואַרטן אויף זייער ריי אין דרויסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.