ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

איתן דרורי (צווייטער פֿון רעכטס), דער אויסטראַלישער פֿאָרשטייער אויף דער קאָנפֿערענץ אין הרצליה וועגן ישׂראל־בירגער, וועלכע וווינען אין די תּפֿוצות, דעם 6טן מאַרץ
www.jwire.com.au
איתן דרורי (צווייטער פֿון רעכטס), דער אויסטראַלישער פֿאָרשטייער אויף דער קאָנפֿערענץ אין הרצליה וועגן ישׂראל־בירגער, וועלכע וווינען אין די תּפֿוצות, דעם 6טן מאַרץ

פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 23, 2015, issue of April 17, 2015.

ישׂראלדיקע בירגער אין אױסטראַליע

אַן אָנשטענדיקער בירגער פֿון מדינת־ישׂראל װאָס װױנט איצט אין אױסטראַליע, איתּן דרורי, האָט פֿאָרגעשטעלט ישׂראלים אין אױסטראַליע בײַ אַ קאָנפֿערענץ אין הרצליה װעגן די ישׂראלדיקע בירגער, װעלכע װױנען אין די תּפֿוצות. דעלעגאַטן פֿון אױסטראַליע, ענגלאַנד, אַמעריקע, קאַנאַדע, דײַטשלאַנד, האָלאַנד און אונגאַרן זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אַרומצורעדן דאָס שותּפֿות צװישן דער ישׂראלדיקער רעגירונג און אירע בירגער, װעלכע װױנען אין די תּפֿוצות.

רוף אָנצורופֿן אַ מעלבורנער געגנט אױפֿן נאָמען פֿון דזשאָן מאָנאַש

אַ מעלבורנער פּאָליטיקער האָט פֿאָרגעלײגט, אַז די װאַלן־געגנט „מעלבורן פּאָרטס‟, נאָכן אַלטן מעלבורנער האַפֿן, זאָל בײַטן איר נאָמען אױף „מאָנאַש‟, אין אָנדענק פֿונעם אױסטראַלישן ייִדישן גענעראַל סער דזשאָן מאָנאַש, װאָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער אױסטראַלישער אַרמײ בעתן צװײטן טײל פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה. מאָנאַש איז געבױרן געװאָרן מיט 150 יאָר צוריק, אין 1865, אין מעלבורן. פֿיל ייִדן װױנען אין דער געגנט, װאָס האָט אַ ייִדישן פֿאָרשטײער אין דער פֿעדעראַלער רעגירונג. עס עקזיסטירט שױן אַ פֿאָרשטאָט אין מעלבורן אױף מאָנאַשס נאָמען, און אױך אַ װאַלן־געגנט אױף זײַן נאָמען, װוּ עס װױנען נישט אַזױ פֿיל ייִדן, נאָר זי האָט סײַ־װי־סײַ אַ ייִדישן פֿאָרשטײער אין דער פֿעדעראַלער רעגירונג.

11 געליטענע פֿאָדערן רעזיגנאַציעס

11 געװעזענע תּלמידים פֿון דער מעלבורנער ישיבֿה־טאָגשול, װעלכע האָבן געליטן סעקסועלע מיסברױכן בעת זײ האָבן זיך געלערנט דאָרטן, האָבן געפֿאָדערט, אַז די גאַנצע עקסיסטירנדיקע אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה־טאָגשול זאָל פֿאַרעפֿנטלעכט װערן בײַ דער קיניגלעכער קאָמיסיע אױסצופֿאָרשן די רעאַקציעס פֿון אינסטיטוציעס אויף די פֿאַלן, װען קינדער אין זײער רשות האָבן געליטן צוליב דעם, װאָס סעקסועלע מיסברױכן זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן זײ. עס איז געװאָרן קלאָר, אַז די אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער ישיבֿה האָט יאָ געװוּסט װעגן די מיסברױכן און האָט זײ געפּרוּװט פֿאַרדעקן. די קאָמיסיע האָט געמאָלדן די װאָך, אַז אַ קאַטױלישער בישקאָפּ װעט גערופֿן װערן אין געריכט פֿאַר פּרוּװן פֿאַרדעקן ענלעכע מיסברױכן.