גבֿריאל שׂשׂון, דער ברוקלינער טאַטע פֿון זיבן קינדער, וועלכע זענען אומגעקומען בעת אַ שרעקלעכער שׂריפֿה אין זײַן היים, האָט זיך צעוויינט, ווען ער האָט געפּרוּווט אָנצורופֿן זייערע נעמען אויף דער לוויה, וועלכע איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 22סטן מאַרץ, אין באָראָ־פּאַרק — איינע פֿון די גרעסטע פֿרומע געגנטן אין ניו־יאָרק. שׂשׂון האָט דערציילט, אַז אַלע זײַנע אומגעקומענע קינדער האָבן אויסגעזען ווי „מלאָכים‟ מיט ליכטיקע פּנימער, און אַז „דער אייבערשטער ווייסט‟, ווי שטאַרק ער האָט זיי ליב געהאַט.
בעת דער שרעקלעכער טראַגעדיע, וועלכע איז אויסגעבראָכן פֿרײַטיק אין אָוונט, שפּעט בײַנאַכט, איז דער טאַטע נישט געווען אין דער היים, ווײַל ער האָט פֿאַרבראַכט שבת אויף אַ פֿרומער קאָנפֿערענץ אין אַן אַנדער אָרט. די פּאָליציי האָט באַשטעטיקט, אַז די שׂריפֿה האָט זיך אָנגעהויבן צוליב אַ הייסן שבת־בלעך. די מאַמע, גיילע, און איינע פֿון די טעכטער, די 15־יאָריקע ציפּורה, זענען אַרויסגעשפּרונגען פֿונעם ברענענדיקן הויז און ליגן איצט אין שפּיטאָל מיט סכּנותדיק שווערע פֿײַער־וווּנדן. מע האָט זיי דערווײַל נישט מיטגעטיילט, אַז די אַנדערע זיבן קינדער, פֿון 5 ביז 16 יאָר, זענען פֿאַרברענט געוואָרן אויף טויט.
אויף דער לוויה, לעבן דעם קבֿורה־הויז „שומרי הדת‟, האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בערך אַ טויזנט מענטשן. מע קלײַבט זיך אַריבערצוברענגען דאָס געביין פֿון די אומגעקומענע קינדער קיין ירושלים, כּדי זיי צו באַערדיקן אין ארץ־ישׂראל. פֿאַרגאַנגענעם שבת האָט מען אין די שילן געלייענט די פּרשה „ויקרא‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן די קרבנות, וואָס מע פֿלעגט פֿאַרברענען אינעם משכּן און אינעם בית־המקדש. זיך דערמאָנענדיק די וואָך־סדרה, האָט שׂשׂון זיך ביטער באַקלאָגט, אַז „זײַנע זיבן שעפֿעלעך זענען געוואָרן אַ קרבן־עולה‟. ער האָט צוגעגעבן, אַז אין איין טאָג האָט ער פּלוצעם אַלץ פֿאַרלוירן.
ווי מע האָט איבערגעגעבן, האָט גיילע שׂשׂון זיך געקליבן צו פֿאַרברענגען דעם שבת מיט אַלע קינדער בײַ אירע טאַטע־מאַמע אין ניו־דזשערזי. פֿרײַטיק האָט זיך אָבער אין ניו־יאָרק אָנגעהויבן אַ שטאַרקער שניי־שטורעם. צוליב דעם האָט זי, צו איר אומגליק, באַשלאָסן צו בלײַבן אין דער היים אין מידוווּד — אַן אַנדער גרויסע פֿרומע געגנט פֿון ברוקלין, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון באָראָ־פּאַרק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.