עס קומט זעלטן פֿאָר, אַז די ערשטע װאָגיקע זאַמלונג פֿון אַ מאָדערנעם דיכטער זאָל באַװײַזן זיך אין דרוק מער װי זיבעציק יאָר נאָך זײַן טױט. און דאָס איז גאָר יוצא־דופֿן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װײַל בכלל, װיפֿל נײַע ביכער אױף ייִדיש װערן פֿאַרעפֿטלעכט יעדן יאָר? דערפֿאַר איז עס אַזױ לױבװערדיק און מערקװירדיק, װאָס אַ דאַנק דעם בשותּפֿותדיקן אױפֿטו פֿון דער מעלבורנער „קדימה‟־ביבליאָטעק און דער פּאַריזער „מעדעם–ביבליאָטעק‟, האָבן מיר איצט די פֿולסטע אױסגאַבע פֿון ישׂראל שטערנס „געזאַמלטע לידער‟, מיט אַ הקדמה פֿון יצחק ניבאָרסקי.
דער דאָזיקער אױפֿטו איז געװאָרן מעגלעך, באַמערקט ניבאָרסקי, אַ דאַנק די נײַע דיגיטאַליזירטע מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען איצט צוטריטלעך אױף דער אינטערנעץ. דער כּוח־הפּועל הינטער דער דאָזיקער אױסגאַבע איז דער מעלבורנער „שטערן־חסיד‟, ענדרו פֿײַערשטײן. חוץ דער דרוק־אױסגאַבע, האָט מען אױך געשאַפֿן אַ װעב־אָרט, װאָס איז געװידמעט שטערנען און זײַן שאַפֿונג, „דער ישׂראל־שטערן־פּראָיעקט‟ //www.yisroelshtern.org װי אַ טײל פֿונעם ברײטערן װעב־פּאָרטאַל װעגן ייִדישער דיכטונג.
„שטערנס ביאָגראַפֿיע איז פֿול מיט בלױזן און רעטענישן‟, שרײַבט ניבאָרסקי. געבױרן אין דעם מיזרח־פּױלישן שטעטל אָסטראָלענקע אין 1894, האָט שטערן זיך געלערנט אין דער מוסר־ישיבֿה אין סלאָבאָדקע, און האָט געװאָלט װערן אַ ראַבינער, אָבער בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער שױן געװען אין װין, װוּ מען האָט אים אינטערנירט װי אַ רוסישן בירגער. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין װאַרשע און אָנגעהױבן דרוקן לידער און קריטישע אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע. שטערן איז געװען אַן אײנזאַמער מענטש, געלעבט אין דלות, געהאַט אַ שװאַך געזונט. ער איז פֿאַרבליבן שעפֿעריש און אַקטיװ אין דער װאַרשעװער געטאָ, געהאַלטן עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן און געלײענט זײַנע לידער, אָבער קײן שפּור פֿון דעם איז ניט פֿאַרבליבן. ישׂראל שטערן איז אומגעקומען אין 1942.
שטערנס געשטאַלט האָט זיך אײַנגעקריצט אינעם זכּרון פֿון זײַנע באַקאַנטע. דער שאַרפֿזיניקער קריטיקער י. ראַפּאָראָרט שרײַבט װעגן שטערנס בכּיװנדיקן „קולט פֿון אויסערלעכער אָפּגעלאָזנקײט‟: „שטערנס אָפּגעלאָזנקײט איז געװען אױגן־רײַסנדיק. אמת, ער איז געװען אָרעם, זײער אָרעם […], אָבער דאָך האָט ער בײַ זײַן גאַנצער אָרעמקײט געקאָנט געװיסע זאַכן אױסמײַדן‟. אָבער װען שטערן האָט געהאַלטן זײַנע רעפֿעראַטן אינעם ייִדישן ליטעראַרישן קלוב אױף טלאָמאַצקע 13, „האָט ער געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם אױף אַלע צוהערער‟.
שטערן איז פֿאַרבליבן אַ שומר־מיצװת, אָבער דיכטונג איז פֿאַר אים געװען אַזױ הײליק װי אמונה. אױב מען פּרוּװט צו באַצײכענען זײַן אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַרישער מאַפּע פֿון װאַרשע, שטעלט מען אים נאָענט צו הילל צײטלין, און װײַט פֿונעם אַװאַנגאַרד. אָבער, װי ניבאָרסקי דערמאָנט, האָט זיך שטערנס אַ ליד טאַקע באַװיזן אױף די זײַטן פֿונעם „כאַליאַסטרע‟–אַלמאַנאַך. די פֿאָרם און דער אינהאַלט פֿון זײַן דיכטונג זײַנען גאַנץ טראַדיציאָנעל. ער איז געװען אױסן ניט צו פֿאַרברײטערן דעם פֿאָרמעלן דיאַפּאַזאָן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, נאָר צו פֿאַרטיפֿן איר גײַסטלעכן תּוך. אָרעמקײט, אײנזאַמקײט, הונגער און נױט זײַנען בולטע מאָטיװן פֿון שטערנס דיכטונג. לױט ניבאָרסקין, האָבן „דעם גרעסטן רושם‟ געמאַכט שטערנס פֿערצן לידער אױף דער טעמע פֿון קראַנקײט און שפּיטאָל.
אַזױ אָדער אַנדערש קומט שטערן צוריק אין זײַנע לידער צו דער עקזיסטענציעלער עיקר־קשיא פֿונעם מענטשלעכן אַלײן־זײַן אױף דער װעלט: „איך בין דאָך אױך אַ באַשעפֿעניש, טאָ פֿאַר װאָס זאָל די נאַכט / מיך אומעטום יאָגן מיט איר לעצטן ביסל קלאָג?‟ דורך זײַנע לידער, װי תּפֿילות, סטאַרעט ער זיך דורכרײַסן דורך דער מחיצה, װאָס טײלט אים אָפּ פֿון די העכערע עולמות; אָבער אַלע מאָל װערט ער געצװוּנגען זיך אומצוקערן צו דער װעלט פֿון דלות און אײנזאַמקײט. דער דרך צו דער גײַסטלעכער רײנקײט און ליכטיקײט פֿירט דורך עלנט, נױט און פּורעניות.
די נענסטע און געטרײַסטע פֿרײַנד זײַנע זײַנען געװען זײַנע לידער. שטערן האָט זײ געהיט װי דעם טײַערסטן אוצר: „האָב איך אַ באַהאַלטענע טיר, / זאָל מײַן ליד זײַן אױף שלעסער פֿאַרשלאָסן.‟ אײן מאָל האָט ער אַ זאָג געטאָן: „לידער זענען מײַן אינטימע זאַך, מײַן פּערזענלעכער פֿאַרגעניגן.‟ אפֿשר דערפֿאַר טאַקע האָט ער זײ ניט געלאָזט דרוקן אין אַ בוכפֿאָרם.
די רעליגיעזע יסודות פֿון שטערנס פּאָעטיק זײַנען טיף־ייִדישע. זײ זײַנען אײַנגעװאָרצלט אין דער תּורה פֿון מוסר און חסידות. אָבער זײַן דיכטערישער כּוח־הדמיון, זײַן מעטאַפֿאָרישע שפּראַך, די מעלאָדיק פֿון זײַן פֿערז זײַנען מאָדערן־אײראָפּעיִש. ניבאָרסקי באַטאָנט די „היפּשע װאַריאַנטישקײט‟ פֿון שטערנס סטיליסטישע כּלים: „בנוגע ראַפֿינירטקײט און פֿאַרװיקלטקײט פֿונעם סטיל, פֿאַרמאָגט שטערנס פּאָעזיע אַ ברײטע גאַמע מדרגות‟.
שטערנס װאָקאַבולאַר איז גאַנץ טראַדיציאָנעל, און דער בױ פֿון זײַן שורה איז כּסדר אַ פּשוטער, אפֿשר אין הסכּם מיט זײַן קולט פֿון אָרעמקײט. דערבײַ איז ער אַן עכטער מײַסטער פֿון דעם ייִדישן פֿערז. ער קאָן כּסדר געפֿינען דעם פּינקטלעכסטן אױסדרוק פֿאַר די סאַמע סובטילע שאַטירונגען פֿונעם זין מיט דער הילף פֿון קאַרגע, אָבער אױסגעשליפֿענע שפּראַך־מיטלען. שטערנס דיכטערישע און עסעיִסטישע ירושה װאַרט נאָך אױף אַ געהעריקער קריטישער און היסטאָרישער אָפּשאַצונג, װאָס װעט אים אַנטפּלעקן פֿאַר דער װעלט װי אײנעם פֿון די טראַגישסטע עקזיסטענציעלע דיכטער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
צו באַשטעלן דאָס בוך פֿון ישׂראל שטערן, „געזאַמלטע לידער‟ — אַ פּרעכטיק־אילוסטרירטע אויסגאַבע — קלינגט אין „פֿאָרווערטס‟, טעל’: 8200־889־212 ליניע 400, אָדער אויף דער „פֿאָרווערטס‟־וועבזײַט: yiddish.forward.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.