עס קומט זעלטן פֿאָר, אַז די ערשטע װאָגיקע זאַמלונג פֿון אַ מאָדערנעם דיכטער זאָל באַװײַזן זיך אין דרוק מער װי זיבעציק יאָר נאָך זײַן טױט. און דאָס איז גאָר יוצא־דופֿן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, װײַל בכלל, װיפֿל נײַע ביכער אױף ייִדיש װערן פֿאַרעפֿטלעכט יעדן יאָר? דערפֿאַר איז עס אַזױ לױבװערדיק און מערקװירדיק, װאָס אַ דאַנק דעם בשותּפֿותדיקן אױפֿטו פֿון דער מעלבורנער „קדימה‟־ביבליאָטעק און דער פּאַריזער „מעדעם–ביבליאָטעק‟, האָבן מיר איצט די פֿולסטע אױסגאַבע פֿון ישׂראל שטערנס „געזאַמלטע לידער‟, מיט אַ הקדמה פֿון יצחק ניבאָרסקי.
דער דאָזיקער אױפֿטו איז געװאָרן מעגלעך, באַמערקט ניבאָרסקי, אַ דאַנק די נײַע דיגיטאַליזירטע מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען איצט צוטריטלעך אױף דער אינטערנעץ. דער כּוח־הפּועל הינטער דער דאָזיקער אױסגאַבע איז דער מעלבורנער „שטערן־חסיד‟, ענדרו פֿײַערשטײן. חוץ דער דרוק־אױסגאַבע, האָט מען אױך געשאַפֿן אַ װעב־אָרט, װאָס איז געװידמעט שטערנען און זײַן שאַפֿונג, „דער ישׂראל־שטערן־פּראָיעקט‟ //www.yisroelshtern.org װי אַ טײל פֿונעם ברײטערן װעב־פּאָרטאַל װעגן ייִדישער דיכטונג.
„שטערנס ביאָגראַפֿיע איז פֿול מיט בלױזן און רעטענישן‟, שרײַבט ניבאָרסקי. געבױרן אין דעם מיזרח־פּױלישן שטעטל אָסטראָלענקע אין 1894, האָט שטערן זיך געלערנט אין דער מוסר־ישיבֿה אין סלאָבאָדקע, און האָט געװאָלט װערן אַ ראַבינער, אָבער בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה איז ער שױן געװען אין װין, װוּ מען האָט אים אינטערנירט װי אַ רוסישן בירגער. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך באַזעצט אין װאַרשע און אָנגעהױבן דרוקן לידער און קריטישע אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע. שטערן איז געװען אַן אײנזאַמער מענטש, געלעבט אין דלות, געהאַט אַ שװאַך געזונט. ער איז פֿאַרבליבן שעפֿעריש און אַקטיװ אין דער װאַרשעװער געטאָ, געהאַלטן עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן און געלײענט זײַנע לידער, אָבער קײן שפּור פֿון דעם איז ניט פֿאַרבליבן. ישׂראל שטערן איז אומגעקומען אין 1942.
שטערנס געשטאַלט האָט זיך אײַנגעקריצט אינעם זכּרון פֿון זײַנע באַקאַנטע. דער שאַרפֿזיניקער קריטיקער י. ראַפּאָראָרט שרײַבט װעגן שטערנס בכּיװנדיקן „קולט פֿון אויסערלעכער אָפּגעלאָזנקײט‟: „שטערנס אָפּגעלאָזנקײט איז געװען אױגן־רײַסנדיק. אמת, ער איז געװען אָרעם, זײער אָרעם […], אָבער דאָך האָט ער בײַ זײַן גאַנצער אָרעמקײט געקאָנט געװיסע זאַכן אױסמײַדן‟. אָבער װען שטערן האָט געהאַלטן זײַנע רעפֿעראַטן אינעם ייִדישן ליטעראַרישן קלוב אױף טלאָמאַצקע 13, „האָט ער געמאַכט אַ גװאַלדיקן רושם אױף אַלע צוהערער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.