(די 2 טע זײַט פֿון 2)
נישט ווייניק ייִדן האַלטן, אַז ווי עס זאָל נישט זײַן, איז דײַטשלאַנד הײַנט פֿאָרט מער פֿאַרזיכערט, ווי אַנדערע לענדער אין אייראָפּע. און דאָך, „מער פֿאַרזיכערט‟, הייסט נאָך נישט, „אין גאַנץ פֿאַרזיכערט‟! בעתן אויפֿטריט פֿון האַנס־געאָרג מאַסען, דער הויפּט בײַם פֿעדעראַלן אַנשטאַלט פֿון אָפּהיטן די קאָנסטיטוציע (דער אַנאַלאָג פֿון דעם אַמעריקאַנער FBI), וועלכער האָט דערציילט וועגן דער סכּנה מצד די ראַדיקאַלן — לינקע און רעכטער, ווי אויך די סאַלאַפֿיטן — האָבן אים די ייִדישע יונגע אַקטיוויסטן געהערט מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם.
דעם אמת געזאָגט, איז קיין פּרינציפּיעל־נײַע זאַכן אין דעם אַלעמען נישטאָ. יעדע ייִדישע משפּחה, זינט מ׳האָט זיך אָנגעהויבן ווידער באַזעצן אינעם נאָך־מלחמהדיקן דײַטשלאַנד, האָט שטענדיק אין זינען געהאַט זיך צו באַוואָרענען „מיט אַ צווייט אָרט‟, דאָס הייסט, מיט אַ לאַנד, וווּ אין אַ סכּנה־פֿאַל קאָן מען אַהין אַנטלויפֿן. אַזוי האָט מען אויך דערצויגן די קינדער.
יענע משפּחות, וווּ דאָס „צווייטע אָרט‟ איז געווען ישׂראל, פֿלעגן זיי דאָרט קויפֿן אַ דירה, לערנען די קינדער עבֿרית, ייִדישע טראַדיציעס, אָפּשיקן זיי אויף אַ זומער קיין ישׂראל וכדומה. יענע משפּחות, וואָס האָבן געטראַכט וועגן ענגלאַנד אָדער אַמעריקע, האָבן זיך אויפֿגעפֿירט אויפֿן זעלבן אופֿן, נאָר מיט אַן „ענגלישן אַקצענט‟. די געשעענישן, וואָס קומען לעצטנס פֿאָר אין אייראָפּע, האָבן נאָר פֿאַרפֿעסטיקט אין זיי דעם געדאַנק פֿון אַ „צווייט אָרט‟.
צווישן די דעלעגאַטן פֿון דעם „קאָנגרעס‟ האָט מען געקאָנט הערן נישט ווייניק רוסיש; און ס׳איז נאַטירלעך, ווײַל אין די לעצטע צוויי צענדליק יאָר זײַנען קיין דײַטשלאַנד געקומען בײַ די 200 טויזנט ייִדן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. (ביז דעמאָלט האָבן דאָ געוווינט 30 טויזנט ייִדן). פֿאַר זיי, פֿאַר די יונגע ייִדן־אימיגראַנטן, זעט דער הײַנטיקער מצבֿ אויס שאָקירנדיק. זיי האָבן זיך נישט געריכט, אַז נאָך אַלעמען, וואָס זייערע עלטערן האָבן איבערגעלעבט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וועלן זיי איצט זיך דאַרפֿן אָנשטויסן אין דערשײַנונגען פֿון אַנטיסעמיטיזם.
נישט אַלץ קומט זיי אָן אַזוי ווי מ׳האָט זיך פֿאָרגעשטעלט — סײַ עקאָנאָמיש און סײַ וואָס שייך קאַריערע. אַוודאי, שטאַרבט מען אין דײַטשלאַנד נישט פֿאַר הונגער, אָבער זיך אײַנאָרדענען אויף אַ גוטער אַרבעט איז גאָר נישט פּשוט; שוין אָפּגערעדט, אַז גאַנצע אַרבעטס־געביטן זײַנען פֿאַר די אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿאַרמאַכט. פֿון דעסטוועגן, שטעלט מען זיך נישט אָפּ, מ‘איז שוין געוווינט זיך שלאָגן מיטן קאָפּ אין דער וואַנט, און סוף־כּל־סוף, זיך דערשלאָגן עפּעס. און דאָ, נאַט אײַך — אַ נײַע סכּנה! לאָזט זיך אויס, מ׳איז אַנטלאָפֿן פֿון איין צרה, און צו איר ווידער געקומען. וווּהין זשע לויפֿט מען איצט? זיי האָבן דאָך נישט געהאַט די מעגלעכקייט זיך צו באַוואָרענען מיט אַ „צווייט אָרט‟, ווי די אָרטיקע ייִדן.
קיין אָפּטימיסטישן פּראָגנאָז איז שווער הײַנט צו געבן; ס‘איז קלאָר איין זאַך, אויך די ייִדישע יוגנט אין דײַטשלאַנד, בתוכם מיט רוסישע וואָרצלען, וועלן מוזן טראַכטן וועגן אַ נײַעם מקום־מיקלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.