דער לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ ווייסט, אַז איך בין אַ שטענדיקער קריטיקער פֿון דעם רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און פֿון דער גאַנצער סיסטעם — פּוטיניזם, וואָס איז אַסאָציִיִרט מיט דעם דאָזיקן פּאַרשוין. טאַקע נאָר אַסאָציִיִרט, ווײַל אין דער אמתן, איז דער איצטיקער רוסישער רעזשים ניט פּשוט אַ פּראָדוקט פֿון פּוטינס ממשלה, ס’איז אַ פּראָדוקט פֿון זייער אַ לאַנגער געשיכטע — דער סאָוועטישער און טיילווײַז אַפֿילו פֿאַר־סאָוועטישער.
ממש אַ באַזונדערער גענאָטיפּ האָט זיך געשאַפֿן דאָרטן; אַ גענאָטיפּ, וואָס פּאָרט זיך שווער מיט דער וועלט, וועלכע איז אָנגענומען געוואָרן צו רופֿן „מערבֿדיקע‟, כאָטש אַ צאָל פֿעלקער, לחלוטין ניט־מערבֿדיקע, געאָגראַפֿיש און קולטורעל, האָבן זיך אין איר גאַנץ גוט אַרײַנגעגאָסן. אַזוי געשעט אויך מיט אַ יחיד, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד, און גיסט זיך אָרגאַניש אַרײַן אין דער מערבֿדיקער וועלט, ווי עס קומט פֿאָר, למשל, אין עמיגראַציע. אָבער ווי אַ גאַנצע געזעלשאַפֿט קענען זיי עס דערווײַל ניט טאָן.
די רייד גייט, אין תּוך אַרײַן, ניט בלויז וועגן רוסלאַנד. אין אוקראַיִנע, בפֿרט אין איר מיזרחדיקן טייל, איז דער עולם מער אָדער ווייניקער פֿון דעם זעלבן טייג געקנאָטן. איך מיין, בפֿרט, אַז סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אין אוקראַיִנע הערשט דער סאָציאַלער קלימאַט, אין וועלכן אַלץ, צי כּמעט אַלץ, קען מען קויפֿן און פֿאַרקויפֿן. כאַבאַר שטייט אין צענטער פֿון דעם לעבן. לויט דעם אינדעקס פֿון קאָרופּציע, צונויפֿגעשטעלט דורך דער „טראַנספּאַרענסי אינטערנעשנל‟, www.transparency.org, איז אוקראַיִנע צווישן די סאַמע פּראָבלעמאַטישסטע לענדער, פֿון דעם זעלבן ניוואָ ווי אוגאַנדע, בעת רוסלאַנד איז נאָר אַ ביסל העכער און האָט דעם זעלבן אינדעקס ווי איראַן.
בײַ מײַנע לאָנדאָנער באַקאַנטע האָט עטלעכע יאָר געאַרבעט אַ פֿרוי פֿון אוקראַיִנע, געווען אַ ניאַניע בײַ אירע קינדער. זי האָט זיך, סוף־כּל־סוף, אומגעקערט אַהיים, אָבער אַ קאָנטאָקט, דורך „סקײַפּ‟, איז פֿאַרבליבן. דערציילט זי אַלע מאָל, וויפֿל זי האָט געמוזט באַצאָלן מע זאָל זי נעמען אויף אַן אַרבעט, און דערנאָך נאָך מער באַצאָלן, כּדי צו בײַטן די אַרבעט. דאָס זעלבע איז מיט איר מאַן און זייער זון. איצט קומט צו מײַן לאָנדאָנער באַקאַנטער אַן אַנדער ניאַניע, אויך אַן אוקראַיִנישע. מיט אַ פּאָר טעג צוריק האָט זי דערציילט, אַז איר איידעם האָט מען אַרויסגערופֿן און געזאָגט, אַז ער מוז גיין דינען אין דער אַרמיי. האָט מען געגעבן אַ וואָגיקן כאַבאַר, און ער איז גלײַך געוואָרן מיליטעריש ניט טויגעוודיק. הקיצור, אַלץ האָט אַ פּרײַז.
מע גנבֿעט אויך אין דער אַרמיי. דער סוף איז, אַז די וואָס גייען יאָ דינען, מוזן קויפֿן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע נייטיקע זאַכן, וועלכע אַ זעלנער באַקומט, געוויינטלעך, אין אַ נאָרמאַלער אַרמיי. ווי איך האָב געהערט, טראַכטן אייניקע, פֿאַרגלײַכן די פּרײַזן: וואָס איז ביליקער — צו באַצאָלן און ווערן „ניט־טויגעוודיק‟, צי זיך אויסשטאַטן ווי עס דאַרף צו זײַן פֿאַר דער דינסט? קיין חידוש ניט, אַז די אוקראַיִנישע אַרמיי איז אַזוי שוואַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.