די וואָך האָב איך מיט מײַן מאַן געטאָן צוויי וויכטיקע זאַכן: אַרײַנגעשטעלט נײַע באַטעריעס אין אונדזערע רויך־דעטעקטאָרס, און אַרויסגעוואָרפֿן די עלעקטרישע טאַץ, וואָס מיר ניצן אָנצוּוואַרעמען שבת דאָס עסן.
די טראַגעדיע פֿונעם 21סטן מאַרץ, אין וועלכער זיבן קינדער פֿון דער משפּחה שׂשׂון זענען אומגעקומען דורך אַ שׂרפֿה אין זייער הויז אין ברוקלין צוליב אַ כּלי, וואָס וואַרעמט אָן מאכלים אויף שבת, האָט אַרויסגערופֿן אַ סך דיסקוסיע בײַ פֿרומע ייִדן, בפֿרט וואָס שייך די זיכערהייט־מיטלען, וואָס מע ניצט, כּדי צו קענען עסן אַ הייסן טשאָלנט און אַנדערע אָנגעוואַרעמטע פּאָטראַוועס נאָכן אַהיימקומען פֿון שיל שבת אין דער פֿרי.
הגם על־פּי־דין טאָר מען נישט אָנצינדן קיין פֿײַער שבת, מעג מען יאָ אָנוואַרעמען דאָס עסן אויף אַן אָנהייץ־כּלי, אויב מע האָט אים אָנגעדרייט פֿאַרן ליכט־בענטשן. איין פּשוטער (נישט־עלעקטרישער) מכשיר, וואָס פֿרומע ייִדן ניצן שוין יאָרן לאַנג איז אַ בלעך, וואָס מע לייגט אַרויף אויף איינער פֿון די אויוון־פּליטעס, איבער אַ קליין פֿײַערל, און אַזוי בלײַבט עס וואַרעם אַ גאַנצן מעת־לעת. בײַ נאַכט שטייט דאָרט דער טאָפּ טשאָלנט, און שבת אין דער פֿרי, איידער מע גייט אין שיל, נעמט מען אַרויס די אַנדערע שוין־אָפּגעקאָכטע מאכלים פֿון פֿרידזשידער, און מע שטעלט זיי אויך אויפֿן בלעך.
אַ צווייטער מיטל — דאָס וואָס די משפּחה שׂשׂון האָט, אַ פּנים, געניצט, איז אָנצושטעלן אַן עלעקטרישע טאַץ פֿאַר ליכט־בענטשן. הגם די פּרעסע האָט גערופֿן דעם מכשיר אַ hot plate, אַן עלעקטרישע פּליטע, איז מער פּינקטלעך עס צו רופֿן אַ food warmer. (אַ hot plate ניצט מען צו קאָכן עסן, און אַ food warmer — בלויז עס אָנצוּוואַרעמען.)
דערווײַל, האָט מען נאָך נישט איבערגעגעבן די רעזולטאַטן פֿון דער אויספֿאָרשונג פֿון דער שׂרפֿה, איז דעריבער נישט קלאָר, צי די טאַץ האָט זיך אַליין אָנגעצונדן צוליב דעפֿעקטיווע דראָטן, אָדער צי אַ דערבײַיִקער פֿירהאַנג, האַנטעך אָדער שטיקל פּאַפּיר האָט אָנגערירט די הייסע כּלי און זיך אָנגעצונדן.
אויף דער וועבזײַט פֿונעם ניו־יאָרקער פֿײַער־דעפּאַרטאַמאַנט שטייט איצט אַזאַ דערקלערונג: „נאָך דער שׂרפֿה אין ברוקלין דעם 21סטן מאַרץ, וואָס האָט אומגעבראַכט זיבן קינדער, רופֿט דער פֿײַער־דעפּאַרטאַמענט אַלע ניו־יאָרקער צו פֿאַרזיכערן, אַז זיי האָבן אַ פֿונקציאָנירנדיקן רויך־דעטעקטאָר און טשאַד־דעטעקטאָר (carbon monoxide detector) אין שטוב. יעדעס יאָר טרעפֿט, אַז בײַ 74% פֿון אַלע טייטלעכע שׂרפֿות איז דווקא נישט געווען קיין פֿונקציאָנירנדיקער רויך־דעטעקטאָר. אַ געראָטענער רויך־אַלאַרם פֿאַרקלענערט די שטאַרביקייט אויף כּמעט 50%. מע דאַרף שטעלן אַ רויך־דעטעקטאָר אויף יעדן שטאָק פֿון הויז, און תּמיד לעבן די צימערן, וווּ מענטשן שלאָפֿן.‟
„כ׳האָב שוין גערעדט מיט אַ סך ייִדן אין דער חסידישער וועלט, און יעדער איינער פֿאַרשטייט איצט ווי וויכטיק עס איז דער גאַנצער ענין ׳סמאָוק דעטעקטאָרס׳,‟ האָט הרבֿ דוד־ברוך קאַפּלאַן, אַ וואָלונטיר בײַם צפֿון־ניו־דזשערזי צווײַג פֿון „הצלה‟ און אַ טרענירטער פֿײַער־לעשער, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟. „ביז איצט האָט מען נישט געלייגט קיין סך אַכט אויף דעם, און איך פֿאַרשטיי פֿאַר וואָס. איין מאָל איז אפֿשר געווען אין קיך, אָדער בײַם מאַכן הבֿדלה, אַ קליינער רויך, און דער אַלאַרם האָט אָנגעהויבן צו פֿײַפֿן, האָט מען אַרויסגענומען די באַטעריעס, און דערנאָך פֿאַרגעסן זיי צוריק אַרײַנצולייגן. אָדער דער ׳סמאָוק דעטעקטאָר׳ איז געוואָרן אַלט, און אָנגעהויבן צו פֿײַפֿן… און אַנשטאָט צו גיין קויפֿן אַ נײַעם בײַ Home Depot פֿאַר 5$, נעמט מען פּשוט אַרויס די באַטעריעס.‟
אָבער זינט דעם אומגליק אין ברוקלין, שלאָגט הרבֿ קאַפּלאַן כּסדר אַרײַן אין קאָפּ זײַנע באַקאַנטע, אַז „מע זאָל זען צו האָבן אַ רויך־אַלאַרם — נישט נאָר אין ׳בייסמענט׳ [קעלער], נאָר אויך אין יעדן שלאָפֿצימער. דערצו זאָג איך זיי, זיי זאָלן שטענדיק אַכטונג געבן, אַז עס ליגן נישט קיין פּאַפּירן אָדער האַנטעכער לעבן דעם ׳האַט פּלייט׳, און למען־השם זאָל מען נישט ניצן קיין פֿאַרלענגער־שנור (extension cord) פֿאַר אַ ׳האַט פּלייט׳.‟
„דאָ אין מאָנסי און ניו־סקווער ברעכן אויס אַ סך שׂרפֿות שבת,‟ האָט איבערגעגעבן וואַלערי פֿרענק סעראַאָ, אַ פּענסיאָנירטע נויטפֿאַל־סאַניטאַרין אין ראַקלאַנד־קאַונטי, נ״י. „אַ סך פֿון די שׂרפֿות זענען קליינע, אָבער דער פֿײַער־דעפּאַרטאַמענט ענטפֿערט אויף אַ סך פֿון זיי. דער עיקר, איז צו לערנען דעם עולם ווי אַזוי ריכטיק אַרײַנצושטעלן די רויך־ און טשאַד־דעטעקטאָרס, און פּראַקטיצירן מיט די קינדער ווי אַרויסצולויפֿן פֿון הויז, אין פֿאַל פֿון אַ שׂרפֿה.‟
אַ ווידעאָ פֿאַר קינדער, וואָס ווײַזט וואָס צו טאָן, טאָמער עס ברעכט אויס אַ שׂרפֿה אין שטוב, קען מען געפֿינען אויף דער וועבזײַט פֿון דער National Fire Prevention Association:
קליינע קינדער מוז מען גיבן צו פֿאַרשטיין וואָס דאָס איז אַ רויך־אַלאַרם, האָט הרבֿ קאַפּלאַן געזאָגט. „כ׳ווייס פֿון פֿאַלן, וווּ דער אַלאַרם האָט אָנגעהויבן פֿײַפֿן בײַ נאַכט, אָבער די קינדער זענען ווײַטער געשלאָפֿן, ווײַל זיי האָבן נישט געוווּסט וואָס דאָס איז, אָדער זיי האָבן זיך אַזוי איבערגעשראָקן, ווען זיי האָבן דערזען דעם רויך, געהערט דאָס פֿײַפֿן און דאָס שרײַען, אַז זיי האָבן זיך פּשוט באַהאַלטן,‟ האָט הרבֿ קאַפּלאַן געזאָגט. „דערפֿאַר האָב איך געוויזן מײַנע אייגענע קינדער, וואָס דאָס איז אַ ׳סמאָוק דעטעקטאָר׳, געלאָזט זיי הערן ווי ס׳קלינגט ווען סע פֿײַפֿט, און זיי מסביר געווען, אַז ווען זיי הערן אַזאַ פֿײַף, מיינט עס אַ גרויסע סכּנה, און זיי זאָלן, צו ערשט, לויפֿן צו טאַטי און מאַמי, אָדער גלײַך אַרויסלויפֿן פֿון הויז.‟
זינט דער שׂרפֿה האָבן אַ צאָל עקספּערטן באַטאָנט, ווי וויכטיק עס איז, אַז אַלע עלעקטרישע טאַצן און פּליטעס, וואָס מע ניצט אַ גאַנצן שבת, זאָלן האָבן אַ UL listing. די ראשי־תּיבֿות UL באַדײַט Underwriter Laboratories — אַן אומאָפּהענגיקע וויסנשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציע, וואָס מאַכט שטרענגע טעסטן אויף פֿאַרשידענע מינים סחורה, בפֿרט עלעקטרישע, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די זאַכן קאָנען נישט גורם זײַן קיין סכּנה. „די צרה איז, וואָס אַ סך מענטשן ניצן הײַנט עלעקטרישע פּליטעס, וואָס קומען פֿון ישׂראל, וווּ מע מאַכט נישט אַזוינע טעסטן,‟ האָט הרבֿ אַשר בוש, דער רבֿ פֿון דער שיל „אַהבֿת ישׂראל‟ אין וועזלי הילס, נ״י, און אַ ספּעציאַליסט אין הלכה־ענינים, געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟.
„ווען אַזאַ מכשיר איז אָנגעשטעלט אַ גאַנצע נאַכט, איז דאָ אַ גרעסערע סכּנה, אַז עפּעס קען קאַליע ווערן, ווײַל די פּליטעס זענען באמת נישט געמאַכט צו בלײַבן אָנגעשטעלט אַזוי לאַנג.‟
הרבֿ בוש לייגט פֿאָר, אַז מע זאָל דערפֿאַר צוטשעפּען אַ צײַטגעבער (timer), וואָס לעשט אויטאָמאַטיש אויס דעם אַפּאַראַט במשך פֿון די שעהען, ווען מע דאַרף אים נישט — פּונקט ווי מע ניצט אַ צײַטגעבער אויסצולעשן און אָנצוצינדן אַ לאָמפּ שבת. דער צײַטגעבער מוז אָבער אַליין האָבן די זיכערהייט־השגחה פֿונעם UL.
דערצו זענען דאָ צוויי אַנדערע זיכערע אופֿנים צו עסן וואַרעמע מאכלים שבת מיטאָג, האָט הרבֿ בוש געזאָגט. „אַ פּאַמעלעך־קאָכער, למשל, איז ספּעציעל געמאַכט צו בלײַבן אָנגעשטעלט אַ לאַנגע צײַט. מענטשן ניצן עס אין סתּם אַן אַרבעטטאָג: אין דער פֿרי לייגט איר אַרײַן אַלע אינגרעדיענטן, און ווען איר קומט אַהיים פֿון דער אַרבעט, 10 שעה שפּעטער, וואַרט אויף אײַך אַ הייסע זופּ אָדער אַן אַנדער מין געקעכטס; דאָס איז פּונקט צוגעפּאַסט פֿאַר אַ טשאָלנט אויף שבת.‟
„דער צווייטער מיטל,‟ האָט הרבֿ בוש געזאָגט, „איז אַ warming drawer — אַזאַ שופֿלאָד, וואָס מע שטעלט אַרײַן אין קיך צו האַלטן דאָס עסן וואַרעם שעהען לאַנג,‟ האָט הרבֿ בוש געזאָגט. „צוליב דעם וואָס דער ׳שופֿלאָד׳ ווערט קיין מאָל נישט גענוג הייס צו קאָכן זאַכן, קען מען עס אויך ניצן שבת.‟
בקיצור, די דיסקוסיעס האָבן מיך אַליין געמוטיקט צו קאָנטראָלירן דעם זיכערהייט־מצבֿ פֿון מײַנע מכשירים. כ׳האָב בודק געווען מײַן עלעקטרישע טאַץ און דערזען, אַז זי האָט טאַקע נישט קיין UL-שטעמפּל. כ׳האָב זיך געוואָנדן צו דער וועבזײַט פֿון Consumer Reports, און אַנטדעקט, אַז דער אָנהייץ־מכשיר מיט די העכסטע זיכערהייט-סטאַנדאַרטן געפֿינט מען אונטער די warming trays פֿון דער פֿירמע Broil King. האָב איך אַרויסגעוואָרפֿן די אַלטע טאַץ, און באַשטעלט די נײַע, און דערווײַל האָט מײַן מאַן אַרײַנגעשטעלט נײַע באַטעריעס אין אונדזער שוין־פֿון־לאַנג שווײַגנדיקן רויך־דעטעקטאָר.
וויסנדיק, אַז מיר האָבן זיכערער געמאַכט אונדזער שטוב, איז מיר אַ שטיין אַראָפּ פֿון האַרצן, און דער שבת וועט טאַקע בלײַבן פֿאַר אונדז אַ טאָג פֿון מנוחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.