אין קאַנאַדע איז אַרויס אַן אייגנאַרטיקע פּסחדיקע הגדה, באַגלייט מיט אַן ענגלישער און פֿראַנצויזישער איבערזעצונג. אַנשטאָט די טראַדיציאָנעלע סצענעס פֿון די מיצרישע פּיראַמידן און יציאת־מצרים, איז די נײַע אויסגאַבע פֿונעם קלאַסישן ייִדישן טעקסט באַגלייט מיט די אַרכיוו־בילדער פֿון דער קאַנאַדישער ייִדישער קהילה. די ייִדישע קהילה אין קאַנאַדע איז די פֿינפֿט־גרעסטע אין דער וועלט, דערפֿאַר איז פֿאַראַן אַ סך, וואָס צו דערציילן וועגן איר געשיכטע.
אין דער הקדמה פֿון דער נײַער ענגליש־פֿראַנצויזישער הגדה ווערט דערקלערט, אַז די מחברים, הרבֿ אָדם שײַער פֿון דער מאָנטרעאָלער שיל „שער השמים‟ און רישאַר מאַרקאָ, דער גענעראַל־קאָנסול און עצה־געבער בײַם אָטאַווער „צענטער פֿאַר ישׂראלדיקע און ייִדישע ענינים‟ האָבן געוואָלט באַקענען די לייענער מיט דער קאַנאַדישער פּערספּעקטיוו פֿונעם ייִדישן קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט.
פֿאַר אַ הגדה, איז דאָס 168־זײַטיקע בוך אומגעוויינטלעך דיק. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט שײַער דערקלערט, אַז מיט די געזאַמלטע בילדער האָפֿן די מחברים צו פֿאַרשטאַרקן די אידענטיטעט פֿון קאַנאַדישע ייִדן און צו שאַפֿן פֿאַר זיי אַ ייִדיש ווערק מיט אַ באַזונדערס אָרטיקן טעם.
שײַער אַליין איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. מיט 11 יאָר צוריק האָט ער זיך אַריבערגעקליבן ווײַטער אויף צפֿון, קיין קאַנאַדע. ווי באַלד ער איז נישט געווען לכתּחילה אַ קאַנאַדישער, איז פֿאַר אים געווען באַזונדערס אינטערעסאַנט צו באַטייליקן זיך אין אַזאַ פּראָיעקט.
מאַרקאָ איז אַ געבוירענער קוועבעקער, אָבער אויך נישט אַ טיפּישער אָרטיקער ייִד. שטאַמענדיק פֿון אַ נישט־ייִדישער פֿראַנצויזישער משפּחה, האָט ער זיך אינעם יאָר 2004 מגייר געווען און שפּעטער געוואָרן אַ באַקאַנטער קהילה־אַקטיוויסט. ער איז אויפֿגעוואַקסן צווישן צוויי שפּראַך־קולטורן, די ענגלישע און די פֿראַנצויזישע, דעריבער פֿילט ער, אַז זײַן לעבנס־געשיכטע גיט אים אַן אוניקאַלע געלעגנהייט צו באַטראַכטן די אָרטיקע ייִדן פֿון אַן אוניקאַלן קוקווינקל.
בסך־הכּל, זענען אינעם בוך אַרײַן בערך 100 בילדער פֿון אַלע קאַנאַדישע פּראָווינצן. די הגדה איז באַגלייט מיט קאָמענטאַרן פֿון 20 רבנים, וואָס רעפּרעזענטירן אַלע דענאָמינאַציעס. למשל, עס ווערט געוויזן, ווי וויליאַם גאָלדבלום עפֿנט זײַן פּעלץ־געשעפֿט אין דער בריטישער קאָלומביע, אינעם יאָר 1921; ווי אַ גרופּע פּליטים־אימיגראַנטן קומען אָן קיין קאַנאַדע פֿון פּאָרטוגאַל אין 1944, גלײַך פֿאַר פּסח; ווי די קינדער עסן די ערשטע מצות, וואָס מע האָט אָפּגעבאַקן אין 1948 אויף אַ מאָנטרעאָלער פֿאַבריק. אַוודאי, האָבן די צונויפֿשטעלער נישט פֿאַרגעסן אויך אין די האָקי־שפּילן און ווײַזן, ווי דער הײַנטיקער פּרעמיער־מיניסטער, סטיווען האַרפּער, באַגריסט די ישׂראלדיקע ספּאָרטלער אין זײַן לאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.