ווען רות פּורת האָט פֿאַרלאָזט איר פּאָזיציע ווי די פֿאַרוואַלטערין פֿון פֿינאַנציעלע ענינים בײַ דער גרויסער פֿינאַנץ־פֿירמע „מאָרגאַן סטענלי‟ און האָט פֿאַרנומען די זעלבע פּאָזיציע אין דער קאָמפּיוטער־פֿירמע „גוגל‟, האָט די אַמעריקאַנער געשעפֿט־וועלט באַלד באַמערקט, אַז דאָס איז אַ סימן פֿונעם ווײַטערדיקן אַריבערגאַנג פֿון די קאַפּיטאַל־כּוחות פֿון „וואָל־סטריט‟ אינעם „סיליקאָן־טאָל‟. איינע פֿון די באַקאַנטסטע געשעפֿטס־פֿרויען האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אין די קאַליפֿאָרניער קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס שטעקט אַ גרעסערער פּאָטענציאַל, ווי אין די פֿינאַנץ־אָפּעראַציעס אויף דער בערזע.
פּורת וועט אָנהייבן אַרבעטן בײַ דער ריזיקער קאָמפּיוטער זוך־פֿירמע, אָנהייבנדיק פֿונעם 26סטן מײַ. פֿאַר איר פּערזענלעך מיינט עס אויך, אַז זי קערט זיך אום אַהיים, קיין קאַליפֿאָרניע.
דן פּורת, דער טאַטע פֿון דער נײַער פֿינאַנץ־פֿאַרוואַלטערין פֿונעם „גוגל‟, איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1922, אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. שפּעטער האָט ער געוווינט מיט זײַן משפּחה אין אַ קליין קאַרפּאַטיש שטעטל, און דערנאָך זיך באַזעצט נאָך ווײַטער אויף מערבֿ — אין ווין. ווען די נאַציס זענען געקומען צו דער מאַכט אין עסטרײַך, אינעם יאָר 1938, איז דן פּורת געגאַנגען, ווי ער דערמאָנט זיך אין זײַנע זכרונות, צו זען הילטערס טריִומפֿאַלן אַרײַנפֿאָר אין דער עסטרײַכער הויפּטשטאָט.
אַ דאַנק זײַנע גוטע קענטענישן פֿון העברעיִש, האָט זיך אים אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין פּאַלעסטינע, וווּ ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ קיבוץ. זײַן גאַנצע משפּחה איז אָבער געבליבן אין אייראָפּע און אומגעקומען בעת דעם חורבן.
די מאַמע פֿון דער „גוגל‟־פֿאַרוואַלטערין, פֿרידע, איז געבוירן געוואָרן אין פּאַלעסטינע. אינעם יאָר 1946 האָט זי חתונה געהאַט מיט דן פּורת, וועלכער האָט געדינט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין דער בריטישער אַרמיי, און שפּעטער זיך באַטייליקט אין דער ישׂראלדיקער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה. אינעם יאָר 1954 זענען זיי אָבער אַוועקגעפֿאָרן קיין לאָנדאָן, וווּ זייער טאָכטער, רות, איז געבוירן געוואָרן. ווען דאָס מיידל איז געווען 2 יאָר אַלט, האָט דער טאַטע געפֿונען אַן אַרבעט אינעם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט און דעם „מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט‟, און זיך באַזעצט מיט דער משפּחה אין באָסטאָן.
פֿרידע האָט אָבער נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן דעם פֿײַכטן קלימאַט פֿון נײַ־ענגלאַנד, דערפֿאַר האָט זי באַשלאָסן זיך צו באַזעצן אין קאַליפֿאָרניע, וווּ זי האָט זיך געפֿילט ווי אין ארץ־ישׂראל. דער טאַטע האָט דאָרטן אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ פֿיזיקער, און די מאַמע — ווי אַ פּסיכאָלאָג און אָרגאַניזאַציע־קאָנסולטאַנט. זי האָט אָנגעשריבן עטלעכע ביכער, געגרינדעט אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס און איז געשטאָרבן אין 2012.
רות פּורת האָט זיך געלערנט אינעם סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט און אָנגעהויבן אַרבעטן בײַ „מאָרגאַן סטענלי‟ פֿון 1987. איר טאַטע, הײַנט אַ 91־יאָריקער מאַן, האָט אין זײַנע זכרונות געוווּנטשן זײַנע דרײַ קינדער נישט אַרײַנצופֿאַלן אין דער פּאַסטקע פֿונעם מאַטעריאַליסטישן געלט־דורשט. הגם ער איז צופֿרידן מיט זייער פֿינאַנציעלער הצלחה, האַלט ער, אַז די גרויסע געשעפֿטן קאָנען פֿאַרפֿירן און אויסליידיקן די מענטשלעכע נשמה, שאַפֿנדיק אַ פֿאַלשע אילוזיע, אַז אַ גוט לעבן מיינט עשירות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.