נישט לאַנג צוריק, אין יאַנואַר, האָט מײַן לעבנס־וועג דערגרייכט אַ געוויסן וויכטיקן פּונקט. איבערקוקנדיק די קבלה־ספֿרים אויפֿן סקלאַד פֿונעם באַקאַנטן פֿרומען פֿאַרלאַג „מאָזניים‟ אין באָראָ־פּאַרק, האָב איך געטראָפֿן אַ גאָר אינטערעסאַנטן ספֿר מיטן נאָמען „שׂפֿתי־חן‟ — אַ כּמו־אָפֿיציעלער סאַטמאַרער אײַנפֿיר אין חסידות און קבלה, פֿון הרבֿ שמואל קרויס און הרבֿ חיים־צבֿי־מנחם מענדלאָוויטש. הגם דער ספֿר איז אַרויס מיט 7 יאָר צוריק, האָב איך עס ערשט איצט אַנטדעקט על־פּי צופֿאַל.
אַ גרויסער טייל פֿונעם ספֿר, באַגלייט מיט אַ הסכּמה פֿונעם סאַטמאַרער רבין פֿון קרית־יואל, אַהרן טייטלבוים, ווי אויך פֿון אַ גאַנצער ריי אַנדערע „היימישע‟ רביים און רבנים, שטעלט ער מיט זיך פֿאָר אַן אויסגעצייכנטן מוסטער פֿון בפֿירוש שאַרפֿער קבלה־פּראָפּאַגאַנדע. הרבֿ שמואל קרויס איז געווען אַ סאַטמאַרער ייִד פֿון מאַנטשעסטער און לאָנדאָן, וועלכער האָט געוווינט אין סיגייט, אַ פּריוואַטע ים־געגנט אויף דרום־מערבֿ פֿון ברוקלין. ווי איך האָט אויסגעפֿונען, פֿירט זײַן תּלמיד, הרבֿ חיים־צבֿי־מנחם (הערשל) מענדלאָוויטש, ערנסטע קבלה־שיעורים אין קרית־יואל.
אינעם ספֿר ווערט דערקלערט, אַז, לויט געוויסע דעות, מוזן אַפֿילו קליינע קינדער לערנען קבלה און חסידות, און אַז די 20־יאָריקע יונגע־לײַט מוזן עס זיכער טאָן, כּדי צו ברענגען די גאולה; אַז קבלה־שטודיעס מוז מען אויסנוצן פֿאַר פּראַקטישע מעדיטאַציע־עבֿודות; און אויב פֿאַר עמעצן איז שווער צו לערנען גמרא, דאַרף מען זיך דווקא פֿאַרנעמען מיט קבלה.
די סאַטמאַרער חסידים פֿיגורירן אין דער פּרעסע, געוויינטלעך, אין שײַכות מיט די סיכסוכים צווישן די צוויי קאָנקורירנדיקע מנהיגים, זלמן־לייב און אַהרן טייטלבוים, אָרטיקע פּאָליטישע אינטריגעס אין ניו־יאָרק, אָדער אַנטי־ציוניסטישע פּראָטעסטן און אַרויסזאָגונגען. אַן אַנדער טעמע, וואָס ציט צו אַן אומגעזונטן אויפֿמערק פֿונעם ברייטן עולם צו דער סאַטמאַרער קהילה, זענען פֿאַרשיידענע סעקסועלע און קאָרופּציע־סקאַנדאַלן.
עס האָט זיך לעצטנס געשאַפֿן אַ קרײַזל געוועזענע סאַטמאַרער, וואָס שרײַבן סענסאַציאָנעלע אַרטיקלען און גאַנצע ביכער וועגן די „סודות‟ פֿונעם חסידישן לעבן. ווי אַ טיפּישן בײַשפּיל פֿונעם צווייפֿלהאַפֿטיקן סענסאַציאָנעלן סטיל, קאָן מען דערמאָנען אַ קעפּל, וואָס האָט זיך באַוויזן מיט עטלעכע חדשים צוריק אינעם באַקאַנטן אַנטי־חרדישן בלאָג „דער פֿאַרפֿאַלענער משיח‟. דער מחבר ציטירט פֿרימעט גאָלבערגערס אַרטיקל אינעם Forward, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן הלכות־נידה און טבֿילה, און באַטיטלט עס „אינעווייניק אין אַ סאַטמאַרער פֿרויען־מיקווה‟. מיט קבלה ווערט סאַטמאַר קיינמאָל נישט אַסאָציִיִרט אין דער פּרעסע.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות דערציילט וועגן גאָר אַ וויכטיקן אַספּעקט פֿון דער סאַטמאַרער קהילה, וואָס ווערט אינגאַנצן איגנאָרירט אין דער ברייטער פּרעסע. פֿאַקטיש, האָט זיך דעם סאַטמאַרער רבין אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ נײַעם מין ייִדישלאַנד אין אַמעריקע, אויף די רויִנען פֿון דער פֿאַרטיליקטער מיזרח־אייראָפּעיִשער שטעטלדיקער ייִדישקייט.
סאַטמאַר איז די גרעסטע חסידישע קהילה, וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון אַ גאַנצער ריי אַנדערע „סאַטעליט‟־קהילות — דער עיקר, פֿונעם אונגערישן און גאַליציאַנער אָפּשטאַם. דער ניו־יאָרקער פּראָפֿעסאָר־סאָציאָלאָג שמואל היילמאַן האָט אינעם יאָר 2006 זיך משער געווען, אַז אין דער וועלט זענען פֿאַראַן בערך 120,000 סאַטמאַרער חסידים. ווי באַלד די דאָזיקע גרופּע האַלט אין איין וואַקסן מיט אַ פֿענאָמענאַלער גיכקייט, איז זייער צאָל זינט דעמאָלט זיכער ממשותדיק געשטיגן. דער סאַטמאַרער רבי האָט אײַנגעפֿירט אַן אייגענע שאַרפֿע שפּראַך־אידעאָלאָגיע, לויט וועלכער ייִדן מוזן רעדן דווקא אויף ייִדיש, און אַז דער מאָדערנער העברעיִש איז אַ געפֿערלעך טרייפֿענע שפּראַך, אַ פֿאַרקריפּלטער היפּוך פֿונעם קלאַסישן לשון־קודש.
אַזאַ כּמו־ייִדישיסטישע אידעאָלאָגיע האָט שטאַרק אויסגענומען, ווי מע זעט הײַנט אינעם ניו־יאָרקער מעטראָ, וווּ אויף אַ צאָל סטאַנציעס קאָן מען אויסקלײַבן ייִדיש, ווען מע קוועטשט די קנעפּלעך אויף דער בילעט־מאַשין, און אַפֿילו אין די אָרטיקע געריכטן קאָן מען פֿאָדערן צו ברענגען אַן איבערזעצער פֿון ייִדיש. די סאַטמאַרער פֿירן אָן מיט אַ ריזיקער אינדוסטריע פֿון ייִדישע צײַטונגען, ביכער, זשורנאַלן, קינדער־שפּילערײַען און אַנדערע חפֿצים. צוליב דער דאָזיקער קהילה, ווערט הײַנט אַפֿילו אויף די כינעזישע פֿאַבריקן פּראָדוצירט סחורה מיט אויפֿשריפֿטן אויף ייִדיש.
אַחוץ אַזעלכע וויכטיקע פּראַגמאַטישע אַספּעקטן, מוז מען זיך דערמאָנען, אַז אַלע הײַנטיקע חסידישע באַוועגונגען זענען היסטאָריש פֿאַרבונדן מיט די טיף־רוחניותדיקע תּורה־אַנטפּלעקונגען פֿונעם בעל־שם־טובֿ, בעצם באַגרינגעט אויף קבלה.
די לייענער פֿון מײַנע אַרטיקלען ווייסן, אַז קבלה און סודות פֿונעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן איז איינע פֿון מײַנע שטענדיקע טעמעס פֿון פֿאָרשונגען. אַ צאָל סאַטמאַרער לייענער פֿון מײַנע אַרטיקלען חידושן זיך, פֿאַרוואָס אינטערעסיר איך זיך מיט אַזעלכע ענינים?
מײַן פּערזענלעכער אינטערעס צו פֿרומקייט האָט זיך אָנגעהויבן דווקא פֿון קבלה. זײַענדיק אַ שול־קינד, האָב איך שוין געשריבן לידער אויף ייִדיש און געשטרעבט נישט עסן קיין פֿלייש צוליב אַ קאָמבינאַציע פֿון כּשרות און וועגעטאַרישקייט. דעמאָלט, אָנהייב 1990ער יאָרן, זענען די פּאָליצעס פֿון רוסישע ביכער־קראָמען געווען פֿול מיט כּלערליי מיסטישע און „פּאַראַנאָרמאַלע‟ מאַטעריאַלן, וואָס איך האָב כּסדר געלייענט מיט פֿאַרגעניגן.
ווען איך האָב זיך באַקענט מיט „תּניא‟, דער עיקר־ספֿר פֿונעם ליובאַוויטשער חסידות, מיט רוסישע איבערזעצונגען פֿונעם „זוהר‟, בראָשורן וועגן רבי נחמן בראַצלעווער און אַנדערע ביכער וועגן חסידות און קבלה, האָב איך קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז כּדי צו געפֿינען רוחניות, מוז מען נישט פֿאָרן קיין אינדיע אָדער טיבעט. בײַ ייִדן איז פֿאַראַן אַן אייגענע, גאָר טיפֿע טראַדיציע פֿון מיסטישע חכמות און מעדיטאַציעס. ממילא, האָב איך באַשלאָסן צו ווערן פֿרום, ווײַל קבלה אָן תּורה־ומיצוות, נוסח „ניו־איידזש‟, האָט פֿאַר מיר אויסגעזען בלויז ווי אַן אויבערפֿלעכלעכע און אומאויטענטישע שפּיל.
מײַן ייִדישן נאָמען האָב איך נאָכן ברית אַליין אויסגעקליבן לכּבֿוד דעם סאַטמאַרער רבין, יואל טייטלבוים. אַזוי ווי דער פֿרומער פּראָפֿעסאָר דניאל באָיאַרין, אַ באַקאַנטער דענקער און פֿאָרשער פֿון ייִדישער געשיכטע, גלייב איך טאַקע, אַז דער סאַטמאַרער רבי איז געווען, צוליב אַ צאָל סיבות, די וויכטיקסטע פֿיגור אין דער נאָכמלחמהדיקער ייִדישער וועלט. הגם מע מעג טענהן, אַז זײַן וואַריאַנט פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער שטעטל־קולטור איז באַגרענעצט, איבערפֿרום און איזאָלירט, האָט זיך אים פֿאָרט אײַנגעגעבן זי מחיה־מתים צו זײַן. די סאַטמאַרער קהילה דינט הײַנט ווי דער צענטער און דער גרעסטער טרײַב־כּוח פֿונעם נײַעם חסידישן מין ייִדישלאַנד.
ווען איך האָב זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט די סאַטמאַרער חסידים, וווינענדיק נאָך אין רוסלאַנד, האָב איך שוין דעמאָלט באַמערקט בײַ זיי היפּוכדיקע טענדענצן. אין געוויסע אַספּעקטן, איז סאַטמאַר מער פֿאַרשיידנאַרטיק, ווי ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע באַוועגונען. אַ סך סאַטמאַרער זענען גאַנץ פּראַגמאַטישע און אַפֿילו מאַטעריאַליסטישע מענטשן, וואָס פֿאַר זיי איז געלט, געשעפֿטן, גאָר טײַערע קליידער, שײַטלעך, גאָלד און בריליאַנטן פֿאַר די ווײַבער, אַ סך וויכטיקער ווי קבלה און רוחניות. אַדרבה, זיי באַטאָנען, אַז דער סאַטמאַרער רבי האָט דווקא נישט געוואָלט, אַז זײַנע חסידים זאָלן זיך פֿאַרנעמען מיט הויכע עבֿודות און קבלה־זאַכן; די וויכטיקסטע מיצווה אין די הײַנטיקע צײַטן איז צו געבן אַ סך צדקה, און מיינען מיינט עס — צו פֿירן געשעפֿטן און אַרויסהעלפֿן מיטן געלט די אַנדערע ייִדן.
גאָר אַן אַנדער שניט שטעלן מיט זיך פֿאָר די, וואָס פֿאַרברענגען ראָש־השנה אין אומאַן אין לאַנגע תּפֿילות און געוויין צום רבונו־של־עולם; וואָס פֿאָרן אַרום, כּדי צו פֿאַלן אויף די קבֿרי־צדיקים אין אוקראַיִנע און זיך פֿאַרבינדן מיט די הייליקע נשמות פֿון די אַמאָליקע גרויסע רביים; וואָס קויפֿן כּסדר נײַע קבלה־ספֿרים, כּדי זיי טאַקע צו לערנען, נישט בלויז אַרויסצושטעלן אין דער שאַפֿע ווי אַ סגולה. דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס פֿאַר אַזעלכע רוחניותדיקע קרײַזן דינט סאַטמאַר, געוויינטלעך, ווי די אַלגעמיינע „פּלאַטפֿאָרם‟ און אַפֿילו אַ כּמו־עטנישע גרופּע, וואָס לאָזט זיך אויסדריקן אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים און קאָמבינירט זיך גרינג מיט פֿאַרשיידענע אַנדערע רוחניותדיקע דרכים.
צווישן די סאַטמאַרער טרעפֿן זיך צומאָל אַזעלכע מענטשן, וואָס פֿרעגן בײַ מיר פֿאַרשיידענע קשיות דווקא צוליב דעם, וואָס אויף מײַן לעבנס־וועג האָב איך זיך באַקענט מיט פֿאַרשיידענע מיסטישע חכמות, לאַוו־דווקא היימיש־חסידישע. נישט לאַנג צוריק, האָט מײַנער אַ חבֿר, אַ סאַטמאַרער יונגערמאַן, וועלכער אינטערעסירט זיך מיט ווײַט־מיזרחדיקע מעדיטאַציעס און די מיסטישע חכמות פֿון די דרום־אַמעריקאַנער שאַמאַנען, מיר אָנגעקלונגען און אָנגעהויבן שמועסן אויף די דאָזיקע טעמעס. בעת דעם טעפֿעלאָן־שמועס האָב איך דערמאָנט דעם נאָר וואָס געקויפֿטן ספֿר „שׂפֿתי־חן‟ און מיט פֿאַרגעניגן באַמערקט, אַז בײַ די סאַטמאַרער איז פֿאַראַן אַן אייגענע גאַנץ טיפֿע און אַנטוויקלטע מיסטישע טראַדיציע, הגם ס׳רובֿ פֿון זיי באַטראַכטן זייער באַוועגונג גיכער ווי אַ פּראַגמאַטישע, געשעפֿט־אָריענטירטע און האַלב־מתנגדישע.
אַ טייל מענטשן טענהן, אַז „תּניא‟ און אַנדערע טיפֿע ספֿרי־חסידות זענען פֿאַקטיש פֿאַרבאָטן בײַ די סאַטמאַרער. אין דער אמתן, זענען די קלאַסישע ליובאַוויטשער ספֿרים יאָ אָנגענומען ווי אַ טייל פֿונעם סאַטמאַרער קאַנאָן. אַדרבה, יעדער וויליאַמסבורגער חסיד קאָן זיך גאַנץ אָפֿיציעל באַקענען מיט די חב״ד־ספֿרים אין דער שיל „נתיבֿות־עולם‟, וווּ די מתפּללים, אַזוי־גערופֿענע „מלאָכים‟, דאַוונען לויטן ליובאַוויטשער נוסח און האַלטן זיך פֿאַר חב״דניקעס, אָבער קריטיקירן דעם הויפּטשטראָמיקן חב״ד און בלײַבן אַ טייל פֿונעם וויליאַמסבורגער קולטור־לאַנדשאַפֿט. כּל־זמן מע ווײַכט נישט אָפּ צו ווײַט, מעג מען לערנען אין וויליאַמסבורג גאַנץ אָפֿיציעל קבלה, חסידות און אַפֿילו, אין אַ געוויסער מאָס, פֿילאָסאָפֿיע. בעת די שיערים פֿון „תּניא‟ אין דער דערמאָנטער שיל באַטראַכט מען כּסדר פֿילאָסאָפֿישע ענינים פֿונעם רמב״מס „מורה־נבֿוכים‟ און חקירה־געדאַנקען פֿונעם מהר״ל.
מילא, אַ דאַנק דעם דערמאָנטן ספֿר קאָן איך הײַנט זאָגן, אַז מײַן יוגנטלעכע קאָמבינאַציע פֿון אינטערעסן, קבלה און סאַטמאַר, איז נישט בלויז אַן עקסצענטרישער מישמאַש פֿון אַ יונגן ענטוזיאַסטישן תּושבֿ פֿון רוסלאַנד. אַדרבה, טאָמער עמעצער פֿרעגט מיך, פֿאַרוואָס לערן איך אין אָוונט נאָך דער אַרבעט קבלה־ספֿרים אַנשטאָט דעם „דף־יומי‟, קאָן איך שוין ווײַזן, אַז אַזאַ מינהג שטימט טאַקע מיט מײַן נאָמען און טראָגט — לכל־הפּחות, אין טעאָריע — אַן אָפֿיציעלן סאַטמאַרער „הכשר‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.