ווי טאָגשולן קאָנען העלפֿן אַרבעטנדיקע עלטערן

Making Day School Work For Working Parents

איין פּראָבלעם מיט די ייִדישע טאָגשולן איז, וואָס זיי גיבן די קינדער צו פֿיל וואַקאַציע־טעג.
HYMAN BRAND HEBREW ACADEMY
איין פּראָבלעם מיט די ייִדישע טאָגשולן איז, וואָס זיי גיבן די קינדער צו פֿיל וואַקאַציע־טעג.

פֿון תּמר סנײַדער (Forward)

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

עטלעכע ייִדישע טאָגשולן אין צפֿון־ניו־דזשערזי און מאַנהעטן האָבן לעצטנס געמאָלדן, אַז דאָס שול־יאָר 2015־2016 וועט זיך אָנהייבן דעם 8טן סעפּטעמבער צוליב דעם, וואָס דער אַמעריקאַנער אַרבעטער־טאָג וועט הײַיאָר אויספֿאַלן שפּעט. נאָכן מאַכן אַ גיכן חשבון, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז צווישן דעם סוף פֿונעם זומער־לאַגער און דעם אָנהייב פֿון די קלאַסן, וועלן מײַנע קינדער נישט האָבן וווּהין צו גיין 17 טעג לאַנג. וואָס זאָלן אָבער טאָן מיר, די עלטערן, וואָס אַרבעטן אין יענע טעג? דער דורכשניטלעכער אַרבעטער אין אַמעריקע באַקומט בלויז 16 טעג באַצאָלטן אורלויב אַ יאָר.

ווי אַ פּועל־יוצא וועלן אַ סך עלטערן מוזן נעמען עטלעכע נישט־באַצאָלטע פֿרײַע טעג (אויב דער באַלעבאָס וועט עס דערלויבן), אָדער מוזן באַצאָלן פֿאַר אַ קינדהיטער, וואָס קאָן זיי אָפּקאָסטן מער ווי זייער אייגענער טעגלעכער געהאַלט. די קינדהיטער אַרבעטן געוויינטלעך נישט מער ווי 7 שעה אַ טאָג, בשעת די אַרבעטנדיקע עלטערן גייען אַוועק פֿון שטוב 8 אין דער פֿרי און קומען 6 אין אָוונט.

געוויסע טאָגשולן האָבן שוין אָנגעהויבן זוכן אַ לייזונג פֿאַר די שוועריקייטן. אַ טייל עפֿענען איצט זייערע טירן 7:00 אין דער פֿרי, און שטעלן צו פֿאַרשידענע אַקטיוויטעטן נאָך די קלאַסן, ביז 6:00. אַזוי אַרום העלפֿן זיי אַרויס די אַרבעטנדיקע עלטערן, און דערצו באַזאָרגן זיי די קינדער מיט מעגלעכקייטן זיך צו לערנען נײַע זאַכן.

אין דער „שעכטער־טאָגשול אויף קריגערס נאָמען‟ אין באָלטימאָר, למשל, עפֿנט מען דעם געניטונג־זאַל 7:30 אין דער פֿרי, כּדי די קינדערלעך זאָלן זיך קענען שפּילן און אַרומלויפֿן ביז די קלאַסן הייבן זיך אָן 8:15.

ס׳רובֿ ייִדישע טאָגשולן פּראַווען יעדעס יאָר אַ „סידור־שׂימחה‟ און אַ „חומש־שׂימחה‟ פֿאַר די ייִנגערע תּלמידים, וואָס הייבן ערשט אָן צו לערנען די לימודים. געוויינטלעך, פּראַוועט מען אָבער די שׂימחות בעת די שול־שעהען, ווען די עלטערן קענען נישט קומען. דערפֿאַר האָבן אַ טייל שולן אָנגעהויבן פּראַווען יענע פֿײַערונגען זונטיק. דאָס זעלבע טוט מען איצט מיט די קאָנפֿערענצן צווישן די עלטערן און לערער.

פֿאַראַיאָרן האָט „ישיבֿת נועם‟ אין פּאַראַמוס, ניו־דזשערזי, דערמעגלעכט די עלטערן זיך צוצוקוקן דורך דער אינטערנעץ (livestreaming, בלע״ז) צו די גראַדויִרונגען, סידור־שׂימחות און דער חנוכּה־פֿאָרשטעלונג, בעת זיי, די עלטערן, געפֿינען זיך אויף אַ געשעפֿט־רײַזע, מחוץ דער שטאָט. דאָס קענען באַטייליקן זיך אין די פֿײַערונגען פֿון דער ווײַטנס, דערמעגלעכט אויך באָבע־זיידע און אַנדערע קרובֿים, וועלכע קענען נישט בײַזײַן, צו שעפּן נחת.

הרבֿ יונתן קנאַפּ, דער מנהל פֿון דער „יבֿנה־אַקאַדעמיע‟, אין פּאַראַמוס, האַלט, אַז ס׳איז וויכטיק צו אָנערקענען די הײַנטיקע רעאַליטעט, אין וועלכער ביידע עלטערן אַרבעטן, מחוץ דער היים. „די טענדענץ האָט זיך במשך פֿון די לעצטע יאָרן שטאַרק פֿאַרשפּרייט,‟ האָט ער באַמערקט. ווי אַ פּועל־יוצא איז דער היימאַרבעט־קלוב אין יבֿנה געוואָרן זייער פּאָפּולער, און איבעראַיאָר וועט די שול אויך אײַנפֿירן אַ פּראָגראַם צווישן 3:00 און 6:00 פֿאַר די ייִנגערע קינדער, וואָס האָבן נישט קיין היים־אַרבעט.

די ענדערונגען זענען טאַקע געוווּנטשענע, אָבער מע קען פֿאָרט טאָן אַ סך מער. איך מוטיק די דירעקטאָרן פֿון די טאָגשולן, ווי אויך די פֿאַרוואַלטונגען און עלטערן, אַליין אײַנצופֿירן מיטלען אין זייערע שולן, כּדי גרינגער צו מאַכן דאָס לעבן פֿון די אַרבעטנדיקע טאַטעס און מאַמעס. גרינדט אַ קאָמיטעט פֿון אַרבעטנדיקע עלטערן אין אײַער שול, און ברענגט אײַערע פֿאָרלייגן צו דער פֿירערשאַפֿט. דאָס וועט זײַן אין די בעסטע אינטערעסן פֿון אונדזערע עלטערן, אונדזערע קינדער, און במילא — די טאָגשולן אַליין.