אַ ישׂראלדיקער געזעץ־געבער האָט גערופֿן פּרעמיער בנימין נתניהו אָפּצוזאָגן דעם ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רן דערמער.
„דאָס באַזײַטיקן דערמער וואָלט געווען אַ גוטער אָנהייב בײַם פֿאַרבעסערן די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל,‟ האָט אראל מרגלית, פֿונעם „ציוניסטישן לאַגער‟, געשריבן אין אַ בריוו נתניהון מיטוואָך.
דערמער האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע בײַם אָרגאַניזירן און צוגרייטן נתניהוס קאָנטראָווערסאַלע רעדע פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס מיט עטלעכע וואָכן צוריק. נישט דאָס „ווײַסע הויז‟ און נישט די דעמאָקראַטישע קאָנגרעסלײַט האָבן געוווּסט, אַז די רעפּובליקאַנער האָבן פֿאַרבעטן נתניהון אָפּצוהאַלטן אַ רעדע, וואָס קריטיקירט דעם פּלאַן צו דערגרייכן אַ נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן — אַ וויכטיקער טייל פֿון פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס פּאָליטיק פֿון דיפּלאָמאַטיע.
„דער אומצוטרוי, וואָס ס׳האָט זיך געשאַפֿן צווישן דער אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער פֿירערשאַפֿט איז געפֿערלעך פֿאַר אונדז,‟ האָט מרגלית געשריבן אין זײַן בריוו, רופֿנדיק נתניהון צו „רעהאַביליטירן‟ די באַציִונגען.
מרגלית באַשטעטיקט, אַז דערמער „האָט געטרײַ געדינט די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין זײַן פּאָזיציע,‟ און אַז נתניהו האָט „געהאַט פֿולשטענדיקן צוטרוי צו אים,‟ ווי געהעריק. „ס׳איז אָבער קלאָר, אַז דער אַמבאַסאַדאָר דערמער האָט געהאַט אַ האַנט אין די אָקערשטיקע געשעענישן, וואָס האָבן צעשטערט זײַנע מעגלעכקייטן צו בלײַבן אין זײַן אָפֿיציעלן אַמט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די טירן פֿונעם ׳ווײַסן הויז׳ און פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט זענען איצט געשלאָסן פֿאַר אים; די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט נישט קיין צוטרוי צו אים און זעט אים בכלל נישט ווי קיין פּאַרטנער,‟ האָט מרגלית געשריבן.
„ווען אַ ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר ווערט אַ ׳פּערזאָן נאָן גראַטאַ׳, איז עס אַ סכּנה פֿאַר ישׂראל,‟ האָט ער געשריבן, רופֿנדיק נתניהו צו פֿאַרבײַטן דערמער אויף „אַ דיפּלאָמאַט, וואָס זײַנע קאָלעגעס קאָנען מיט אים מיטאַרבעטן‟.
מרגלית איז דערוויילט געוואָרן צו דער כּנסת אין 2013 ווי אַ דעפּוטאַט פֿון דער „אַרבעט־פּאַרטיי‟, וואָס האָט פֿאַר די לעצטע ישׂראלדיקע וואַלן זיך צונויפֿגעפּאָרט מיט „התּנועה‟, כּדי צו שאַפֿן דעם „ציוניסטישן לאַגער‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.