אויף דעם לאָוער־איסט־סײַד, די ייִדישע אימיגראַנטישע געגנט פֿון אַמאָל, קאָן מען עד־היום געפֿינען געוויסע שפּורעלעך פֿונעם ייִדישן לעבן. דאָ געפֿינט זיך אַ שיל צי אַ בית־מדרש, דאָרט — אַ מוזיי־סינאַגאָגע, אַ בעקערײַ צי אַ כּשר־דעלי, זויערע אוגערקעס, בייגל, לאַקס, דאָס, יענץ… בקיצור, אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע שפּליטערס. פֿון דעסטוועגן, אויב מע לאָזט די טוריסטישע פֿאַנטאַזיע אויף אַ רגע אַוועק אין אַ זײַט, און מע באַטראַכט דאָרט טיפֿער די אָריגינעלע ייִדישע אינסטיטוציעס, כאַפּט מען זיך גלײַך, אַז אַפֿילו די דאָזיקע שפּורעלעך האַלטן זיך גאָר אויף הינערשע פֿיסלעך. אַזוי, נאָך אַ הונדערט יאָר עקזיסטענץ אויף דעם לאָוער־איסט־סײַד, נעמט אויך די באַרימטע „סטרײַטס‟־מצות־פֿאַבריק צונויף אירע פּעקעלעך און ציט זיך אַריבער אין דעם „גאָרטן שטאַט‟ — ניו־דזשערזי.
לכּבֿוד פּסח האָט „סטרײַסט‟ אײַנגעאָרדנט מיט צוויי וואָכן צוריק אויף זייער אַלטן אָרט אַ שׂימחה — „פּסח־פּאַלוזאַ‟, מיט „לײַוו‟־מוזיק, אַ סך טורן איבער דער פֿאַבריק, און, פֿאַרשטייט זיך, אויך מיט „סטרײַטס‟־שפּײַזן בשפֿע. ס’איז פֿאַר מיר און פֿאַר נאָך אַ סך אַנדערע ניו־יאָרקער געווען אַ וווּנדערלעכער תּירוץ צו קומען אַהין צו גאַסט צום ערשטן מאָל, און גלײַכצײַטיק, לײדער, אויך צו געזעגענען זיך מיט אָט דער היימישער אינסטיטוציע.
אַנטקעגן אַנדערע אַמעריקאַנער מצות־פּראָדוצירער, ווי „מאַנישעוויץ‟, למשל, איז די „סטרײַטס‟־מצות־פֿאַבריק געבליבן ביז הײַנט אַ משפּחה־געשעפֿט. נאָך אַ צוואַנציק יאָר לעבן אין אַמעריקע, האָט אַהרון שטרײַט, אין 1916, אויפֿגעעפֿנט זײַן ערשטע מצות־פֿאַבריק, וווּ ער האָט מיט די אייגענע הענט געבאַקן מצות. אַ יאָרצענדליק שפּעטער, אין 1925, האָט ער מיט זײַנעם אַ זון געעפֿנט אַ מאָדערנע בעקערײַ [ביידע בעקערײַען אינעם לאָור־איסט־סײַד] אויף „ריוויניגטאָן‟־גאַס, וווּ זי געפֿינט זיך, דערווײַל, ביז איצט.
דער אָנפֿירער פֿון מײַן טור האָט אויך געהייסן אַהרון, און ער זאָגט אויף זיך עדות, אַז ער איז שוין דער פֿינפֿטער דור אין „סטרײַטס‟. מיר גייען איבער די פֿינעף גאָרנס, זעען ווי די מצות „פֿליִען‟ איבער אונדזערע קעפּ, און גיבן פֿון מאָל צו מאָל אַ צופּ אָפּ פֿון די פֿרישע, געשמאַקע, וואַרעמע און באַזאַלצענע מצות. ס’איז מיר קיינמאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מע קען זיך שפּײַזן מיט אַזאַ “ברויט” אויך נישט אום־פּסח. נו, ניחא, נישט דאָס בין איך אויסן.
איך פֿרעג אַהרונען, למאַי דאַרפֿן זיי אַחרי־כּכלות־הכּל זיך ממש אויסוואָרצלען פֿון אָט דעם היסטאָרישן אָרט. ענטפֿערט ער: צוליב די מצות פֿון ישׂראל. ווײַזט זיך אַרויס, אַז די ישׂראל-מצות פֿאַרקויפֿן זיך מיט פֿיר דאָלאַר ווייניקער, ווי די היגע. ווי אַזוי זשע קענען די ישׂראל־מצות קאָסטן ביליקער? פֿרעג איך אים ווײַטער. ענטפֿערט ער, אַז דער שׂכל איז אַ פּראָסטער: „מיר באַצאָלן אונדזערע אַרבעטער הויכע שׂכירות, איבער פֿופֿציק טויזנט דאָלאַר אַ יאָר, ווײַל אונדזערע אַרבעטער זענען בבֿחינת משפּחה, ווי פֿון איין שטיק טייג. ווען מײַנער אַן אַרבעטער וויל אין טאָג אַוועקגיין אַ ביסל פֿריִער, צוליב זײַן זונס בייסבאָל־שפּיל, לאָז איך אים גיין. וואָס? איך טו ניט אַליין די זעלבע זאַך פֿאַר מײַנע קינדער? דערצו, האָבן מיר, בסך־הכּל, פֿינף גאָרנס. דאַרף מען שטעלן אויף יעדן גאָרן אַן אַנדערן משגיח; און אַזוי ווײַטער מיט די הוצאָות.‟
נו, און וואָס טוט זיך אין ישׂראל? אין ישׂראל, זאָגט ער, דינגט מען אַראַבישע אַרבעטער, וואָס מע באַצאָלט זיי נידעריקע שׂכירות. „איך בין באַפֿרײַנדט מיט די ישׂראל־פּראָדוצירער, אָבער מיט זייערע פּרײַזן קען קיין אַמעריקאַנער מצות־פּראָדוצירער נישט קאָנקורירן. צוליב דעם דאַרפֿן מיר עוקר מן־השורש זײַן און זיך אײַנפֿונדעווען אין ניו־דזשערזי, וווּ עס איז לכל־הדעות אַ סך ביליקער.‟
נאָך אַן אַטראַקציע אויף דעם „פּסח־פּאַלוזאַ‟־פֿעסטיוואַל איז געווען די מוזיקאַלישע אויפֿטרעטונג פֿון דער זינגערין דאָני זאַסלאָף־טאָמאַס מיט איר גרופּע „מאַמאַ דאָני‟. די גרופּע טיילט זיך אויס מיטן זינגען אַ מין ייִדישע פּאָפּ־מוזיק, דהײַנו, לידער וועגן פּסח, חנוכּה, ייִדישע מאכלים, אויף אַ מאָדערן־אַראַנזשירטן אופֿן. בפֿרט איז דער עולם ענטוזיאַסטיש געוואָרן פֿון זייער „מצה־באָל‟־[קניידלעך] ליד. די זינגערין זאָגט מיר, אַז עס רעדט זיך שוין וועגן דעם פֿערטן „פּסח־פּאַלוזאַ‟, און אַז זי האָט זייער ליב צו זינגען דאָרט, און בכלל אַז זי טרעט אויף איבער 100 מאָל אַ יאָר אויף פֿאַרשידענע ייִדישע פֿעסטיוואַלן, אונטערנעמונגען, וכדומה. זי זאָגט צו צו קומען אויפֿטרעטן אויך אין דער נײַער ניו־דזשערזי־פֿאַבריק.
אין גיכן וועט אַרויס דער דאָקומענטאַר „סטרײַטס: מצה און דער אַמעריקאַנער חלום‟ (Streit’s: Matzo and the American Dream). אָבער דערווײַל קענט איר קוקן אַ קורצן ווידעאָ פֿונעם ערשטן „פּסח־פּאַלוזאַ‟ אויף דער „סטרײַטס‟־מצות־פֿאַבריק:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.