די װעלט, װאָס מיר האָבן אָנגעװױרן

The World We’ve Lost

די הױפּטשטאָט ערביל
WIKIMEDIA COMMONS
די הױפּטשטאָט ערביל

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 29, 2015, issue of April 17, 2015.

אַלבערט אײַנשטײן האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז כּוח־הדמיון איז װיכטיקער פֿון קענטענישן. מיך האָט שטענדיק געחידושט די דאָזיקע מסקנא פֿון אַ געניאַלן געלערנטן, װײַל קענטענישן קריגט מען אַ דאַנק שװערער טאָג־טעגלעכער האָרעװאַניע, און דער כּוח־הדמיון איז דאָך אַ גאָטזאַך. מילא, װען אַזאַ גרױסער מענטש זאָגט, דאַרף מען גלײבן. אַזױ צי אַנדערש, נאָר לכל־הפּחות אין אַלבערט אײַנשטײנס פֿאַל, וואָלט געװען אוממעגלעך אָן אַ כּוח־הדמיון אַרױפֿצופֿליִען צו די װיסנשאַפֿט־שטערן.

מיט יאָרן צוריק האָב איך געהאַט אַ מאָדנעם חבֿר, לאָמיר אים אָנרופֿן אַלעקס מינץ, אַ באַקאַנטער גענעטיקער אין די װיסנשאַפֿטלעכע קרײַזן און אַ גרױסער מומחה אין דער אַרמישער גראַמאַטיק. װי אַזױ מיר האָבן זיך באַקענט געדענק איך ניט, נאָר אין משך פֿון פֿינף־זעקס יאָר פֿלעגט אַלעקס מינץ זיך אַרײַנכאַפּן צו מיר יעדן דינסטיק, און אַ פּאָר שעה האָבן מיר געפֿירט אַן אָנגענעמען שמועס װעגן טױזנט און אײן ענין אױף דער װעלט.

פּונקט אַזױ װי איך געדענק ניט, ווען כ‘האָב זיך מיט מינצן באַקענט, געדענק איך אויך ניט, װען און פֿאַר װאָס איז ער נעלם געװאָרן. וואָס יאָ, זײַנע באַזוכן האָבן געהאַט אַ דירעקטע השפּעה אױף מײַן הײסן אינטערעס צו כאַזאַריע און אַנדערע ייִדישע מלוכות, װעלכע זײַנען פֿון לאַנג פֿאַרשוווּנדן געװאָרן אין דער אײביקײט. דער זעלבער אַלעקס מינץ האָט אױסגעפֿונען, אַז מײַן פֿרױ האָט טיפֿע קורדיסטאַנישע װאָרצלען, און איך גופֿא בין אַ בולטער גענען־טרעגער פֿון די כאַזאַרישע קינדס־קינדער.

מילא… די באַװוּסטע ייִדישע פֿראַגע, אױף דער גרענעץ פֿון גרױסקײט־משוגעת — װער ביסטו בכלל? — איז דאָך ניט קײן נאָװינע און, אין מײַנע אױגן, איז עס אַ סינאָנים צו שׂינאת־חינם. ס’זאָל זײַן אַ קורדיסטאַנער, אַפֿילו אַ כאַזאַרער, אַבי ניט קײן חזיר. אָבער, ניט דאָס בין איך אױסן.

די לעצטע טרױעריקע געשעענישן אין איראַקישן קורדיסטאַן, דהײַנו, אין נינװה, מאָסול און נימרוד, אין װעלכע די הײַנטצײַטיקע באַרבאַרן האָבן חרובֿ געמאַכט די אוראַלטע אַשורישע שטעט מיט זײערע היסטאָרישע אוצרות, האָט אין מיר, פּונקט אַזױ װי בײַ אַלע נאָרמאַלע מענטשן אױף דער װעלט, אַרױסגערופֿן אַ טרױעריק געפֿיל, אַז די „ציװיליזירטע װעלט‟ אינטערעסירט זיך מער מיט די נײַע מאָבילקעס און נאַפֿט־פּרײַזן אײדער מיט די פֿאַרטיליקטע אַרטיפֿאַקטן פֿון דער ערשטער ציװיליזאַציע אױף דער װעלט — אַשור.

עס װײַזט זיך אַרױס, אַז די גרױסע פֿעלקער־אױסװאַנדערונג, װעלכע האָט זיך אָנגעהױבן מיט קנאַפּע צװײ טױזנט יאָר צוריק און זיך כּאילו פֿאַרענדיקט אין זיבעטן יאָרהונדערט, האָט זיך טאַקע ניט פֿאַרענדיקט מיטן אױפֿקום און פֿיקסאַציע פֿון די הײַנטצײַטיקע לענדער אין זײערע באַשטימטע גרענעצן; דער „אַרישער גײַסט‟ (אַגבֿ, די װערטער ‘איראַן’ און ‘אַריִער’ האָבן דעם זעלבן אָפּשטאַם) לאָזט ניט צו רו די װילדע קעפּ, און די בײזע הערצער זײַנען פֿול מיט פֿאַנאַטישער רעליגיעזער שׂינאה צו אַלץ, װאָס איז ניט „מוסולמעניש גרין‟.

דער ציל פֿון די מאָדערנע באַרבאַרן איז דאָך ניט אַנדערש פֿונעם ציל פֿון אַלע פֿריִערדיקע אַפּאָלאַגעטן פֿון דער פּרימיטיװער גראָבקייט: מיר זײַנען בכּוח צו טאָן דאָס, װאָס איז ניט בכּוח געװען צו טאָן די צײַט. און צײַט הײסט גאָט!

מיר, ייִדן, געדענקען ניט שטענדיק די צײַטן פֿון שטאָלץ און גבֿורה אין אונדזער ביז גאָר רײַכער היסטאָריע. איך שטעל זיך ניט פֿאַר קײן גרױסע צילן און איך פֿאַרשטײ, אַז מײַן װײטיק איז ניט מער װי מײַן פּערזענלעכער װײטיק; און מײַנע װערטער און געפֿילן װעלן ניט מאָביליזירן מיליאָנען „קעמפֿער פֿאַר אמת‟. פּשוט, איך װיל דערמאָנען אונדזערע לײענער, אַז מיר, ייִדן, האָבן יאָ אַ דירעקטן שײַכות צו דעם היסטאָרישן שטח פֿונעם הײַנטצײַטיקן איראַקישן קורדיסטאַן מיט דער הױפּטשטאָט ערביל.

דער כּוח־הדמיון פֿאַרטראָגט מיך אין דער גורלדיקער תּקופֿה פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, ערבֿ דעם צװײטן חורבן, פּונקט מיט צװײ טױזנט יאָר צוריק. צו יענער צײַט, אַחוץ ארץ־ישׂראל, זײַנען געװען אױף דער װעלט נאָך עטלעכע ייִדישע מדינות און פֿירשטנטומען, און די גרעסטע פֿון זײ — חמיר (כימיאַר) אױפֿן אַראַװיער האַלב־אינדזל (הײַנט, תּימן), איז אױפֿגעקומען אין 110טן יאָר פֿאַר דער נײַער צײַט־רעכענונג. מע טאָר ניט פֿאַרגעסן דאָס קרעפֿטיקע ייִדישע פֿירשטנטום יוטבֿת (יאָטעװעט) אױפֿן אינדזל טיראַן, ניט װײַט פֿון הײַנטיקן שאַרם־אַל־שײך, װי אױך דאָס מלכות אַקסום, הײַנטיקע עטיאָפּיע, עריטריִע, און חלק פֿון סודאַן.

אין יענע צײַטן, ערבֿ דעם צווייטן חורבן בית־המקדש, האָבן זיך פּלוצעם מגייר געװען די מלכּה פֿון חדייב יעלענע (כאַדיאַב אָדער אַדיאַבענע, אַ פּאַרסיש־שפּראַכיקע מלוכה) און איר זון, דער מלך איזאַט. יהדות איז געװאָרן די אָפֿיציעלע רעליגיע פֿון מלכות־אַדיאַבענע. די הױפּטשטאָט פֿון דער מלוכה איז געװען… יאָ, יאָ, ערביל. די איבערגעגעבנקײט פֿון די נײַע ייִדן דעם פֿאָלק־ישׂראל איז געװען אַזױ גרױס, אַז דװקא די מוטער־מלכּה יעלענע און אירע זין, דער מלך איזאַט און שפּעטער, דער מלך מאָנאָבאַז דער צװײטער, האָבן געהאַט אײן פּאַלאַץ אין ערביל און דעם צװײטן אין ירושלים.

די מלכּה יעלענע מיט אירע זין האָט געראַטעװעט דאָס ייִדישע פֿאָלק בעתן שרעקלעכן הונגער אין 45טן יאָר. זי האָט אײַנגעקױפֿט און געבראַכט קײן ירושלים תּבֿואה און טרוקענע פּרות. און דװקא די אַדיאַבענער אַרמײ איז געקומען פֿון ערביל און האָט געהאָלפֿן די פֿאַרטײדיקער פֿון ירושלים בײַצושטײן קעגן די אָרדעס פֿון די רױמישע זעלנער.

נאָכן חורבן האָבן טױזנטער ייִדן פֿון יהודה געפֿונען אַ װאַרעמע שטוב אין אַדיאַבענע, װעלכע איז פֿאַרניכטעט געװאָרן מיט פֿיר הונדערט יאָר שפּעטער, אין זעקסטן יאָרהונדערט, װען אױפֿן טראָן איז געזעסן דער לעצטער אַדיאַבענער מלך מאַר־זוטראַ. אַ טײל פֿון די אַדיאַבענער ייִדן, װעלכע האָבן גערעדט אַ פּאַרסישע שפּראַך, זײַנען אַנטלאָפֿן אין צענטראַל־אַזיע, קײן בוכאַרע און כאָראָסאַן, װי אױך אין די קאַװקאַז־בערג. אַ טײל ייִדן האָבן זיך געשמדט און זיך אױסגעמישט מיט די אַרמענער, און אַ דריטער טײל, די אַרמיש־שפּראַכיקע, איז געבליבן אין אַדיאַבענע, װעלכע איז געװאָרן אױס־אַדיאַבענע, אָבער די שטאָט ערביל שטײט אױפֿן אָרט ביז הײַנטיקן טאָג.

ווייניק װער עס װײסט, אַז כּמעט אין דער זעלבער צײַט, װען אַדיאַבענע איז אומגעקומען געװאָרן, האָבן די ייִדן איבערגענומען די הערשאַפֿט איבער ארץ־ישׂראל. אין יאָר 614 האָבן די ייִדן באַקומען אַ הסכּמה פֿון דעם פּאַרסישן שאַך כאָסרױ, און די ייִדישע אַרמײ, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿון נחמיה בן־חושיאל, האָט באַזיגט די ביזאַנטיִער און װידערגעשטעלט די ייִדישע מאַכט איבער גאַנץ ארץ־ישׂראל. אין פֿינף יאָר אַרום האָבן די זעלבע פּערסן, דאָס מאָל, דער שאַך שיראָע, געהאָלפֿן די ביזאַנטיִער צוריקצוקערן די קריסטלעכע מאַכט איבער ארץ־ישׂראל און פֿאַרטריבן די לעבן־געבליבענע ייִדן, אַריבער הונדערט און פֿופֿציק טױזנט נפֿשות, אין לאַנגן גלות. די אַדיאַבענער ייִדישע מלוכה האָט שױן דעמאָלט ניט עקזיסטירט, און ס’איז ניט געװען װער ס‘זאָל קומען צו הילף…

איך װײס ניט פֿאַר װאָס, נאָר מײַן אַלטע־אַלטע ייִדישע נשמה באַגיסט זיך מיט טרערן פֿון אוממאַכט — איך קען ניט קומען קײן ערביל און העלפֿן די קינדס־קינדער פֿון די אַדיאַבענער, דהײַנו, די קורדן, אַזױ װי מיט יאָרן צוריק זײַנען זײערע אָבֿות געקומען קײן ירושלים צו העלפֿן די ייִדן אין אַן עת־צרה.