לינקאָלנס ייִדישע פֿרײַנד

Lincoln‘s Jewish Friends

פֿון בעט קיסילעף (Forward)

Published March 29, 2015, issue of April 17, 2015.

דאָס בוך „לינקאָלן און די ייִדן: אַ געשיכטע‟
Courtesy of Thomas Dunne Books
דאָס בוך „לינקאָלן און די ייִדן: אַ געשיכטע‟

אַ ריזיקע צאָל פֿון בערך 16,000 ביכער זענען שוין אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אַבראַהאַם לינקאָלן. אַ נײַ בוך און אַן אויסשטעלונג, וואָס די ניו־יאָרקער „היסטאָרישע געזעלשאַפֿט‟ פֿירט איצט דורך, דערציילט וועגן אַ פֿריִער אומבאַקאַנטן ענין: לינקאָלנס באַציִונגען מיט ייִדן.

במשך פֿון 35 יאָר, האָט בנימין שאַפּעל געזאַמלט פֿאַרשיידענע דאָקומענטן וועגן לינקאָלנס באַציִונגען מיט ייִדן, וועלכע ער האַלט אין זײַן „שאַפּעל־פֿונדאַציע‟. צום 150סטן יאָרטאָג נאָך לינקאָלנס מאָרד, האָט דער שאַפּעל זיך פֿאַרבונדן מיט צוויי פּראָפֿעסאָרן פֿון אַמעריקאַנער געשיכטע בײַם בראַנדײַס־אוניווערסיטעט, יונתן סאַרנאַ און בעלע בראַון, וועלכע האָבן אָנגעשריבן צוזאַמען אַ בוך וועגן ייִדן און דעם גענעראַל יוליסעס גראַנט, ווי אויך רעדאַגירט אַן אַנטאָלאָגיע וועגן דעם אַמעריקאַנער בירגער־קריג. די צוויי פּראָפֿעסאָר, האָבן מסכּים געווען צוצוגרייטן שאַפּעלס מאַטעריאַלן און צו שאַפֿן וועגן זיי אַ בוך, וואָס דער ברייטער עולם זאָל קאָנען אָפּשאַצן.

הגם דער בוך־פּראָיעקט איז געווען באַגרינדעט אויף דער אַרבעט מיט פֿיזישע דאָקומענטן, האָט די אינטערנעץ אויך שטאַרק געהאָלפֿן. די אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען פֿון לינקאָלנס תּקופֿה זענען הײַנט צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, און מע קאָן גרינג געפֿינען אַלע צײַטונג־אַרטיקלען, וווּ עס ווערט דערמאָנט אַ געוויסער נאָמען.

בעת דער אַרבעט איבער דעם נײַעם בוך, איז אויסגעבראָכן אַן אומגעריכטע צרה: אויף זײַן טאָכטערס גראַדויִר־צערעמאָניע, דעם פֿאַרגאַנגענעם מײַ, איז סאַרנאַ פּלוצעם געוואָרן שטאַרק קראַנק. ער בלײַבט נאָך איצט שוואַך, אָבער פֿילט זיך שוין בעסער.

דאָס נײַע בוך הייסט „לינקאָלן און די ייִדן: אַ געשיכטע‟, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג פֿון טאָמאַס דון. די אויסשטעלונג בײַ דער ניו־יאָרקער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 7טן יוני.

סאַרנאַ האָט באַמערקט, אַז לינקאָלנס פּריוואַטע קאָרעספּאָנדענץ איז פּונקט אַזוי אינטערעסאַנט, ווי זײַן טעטיקייט בפֿרהסיה. די אויסשטעלונג דערציילט וועגן 120 ייִדן, אַרײַנגערעכנט 5 נאָענטע פֿרײַנד פֿונעם פּרעזידענט און 48 באַקאַנטע. איינער פֿון די ערשטע מענטשן, וועלכער האָט פֿאָרגעלייגט לינקאָלנס פּרעזידענט־קאַנדידאַטור, איז געווען אַבֿרהם דזשאָנאַס, אַ ייִדישער יוריסט פֿונעם שטאַט אילינוי. אין אַ בריוו, אָנגעשריבן אינעם יאָר 1860, האָט לינקאָלן געזאָגט דזשאָנאַסן, אַז „ער איז איינער פֿון זײַנע טײַערסטע פֿרײַנד‟.