וויפֿל זײַנען דאָ ייִדיש־סטודענטן?

How Many Yiddish Students?


פֿון לייזער בורקאָ

Published March 29, 2015, issue of April 17, 2015.

דעם 17טן מאַרץ האָט אין ייִוואָ גערעדט ד”ר דוד גאָלדבערג, דער לאַנגיאָריקער אַסאָציִיִרטער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿאַר פֿרעמדע שפּראַכן בײַם MLA (אַסאָציאַציע פֿאַר מאָדערנע שפּראַכן). גאָלדבערג איז ניט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס: ער האָט אַליין געמאַכט אַ דאָקטאָראַט אין ייִדיש בײַם קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, און דערצו איז זײַן טאַטע צענדליקער יאָרן געווען אַ וויכטיקער קולטור־טוער בײַ די לינקע ייִדישיסטן — איטשע גאָלדבערג, וואָס איז געשטאָרבן אין 2006 אין עלטער פֿון 102 יאָר.

שוין אַ פֿערטל יאָרהונדערט פֿאַרנעמט זיך דוד גאָלדבערג מיט ציילן: דרײַ מאָל אַ יאָרצענדלינג פֿירט דער MLA דורך אַ ריזיקע אַנקעטע פֿון אַלע אוניווערסיטעטן און קאָלעדזשן אין לאַנד, כּמעט דרײַ טויזנט אינסטיטוציעס, כּדי צו באַשטימען, וויפֿל סטודענטן לערנען זיך די פֿאַרשיידענע שפּראַכן, און וווּ. אַ דאַנק די לאַנגע יאָרן פֿון אינטענסיווער אַרבעט, קען מען זיך שאַפֿן אַ רעאַליסטיש בילד פֿון דעם, ווי דער שפּראַך־לימוד האָט זיך אַנטוויקלט אין אַמעריקע, און נאָך יעדער אַנקעטע גיט גאָלדבערג אַרויס אַ פּרטימדיקן באַריכט. דער עיקר, גייט עס אין די גרויסע שפּראַכן, ווי שפּאַניש, פֿראַנצייזיש, און כינעזיש, אָבער די קליינע ציילט ער אויך, און אַזוי ווי ער איז געקומען רעדן אין ייִוואָ, האָט ער גערעדט וועגן ייִדיש.

קודם, וויל איך בעטן דעם חשובֿן לייענער זיך צוצוגרייטן פּסיכאָלאָגיש צו די פֿאַקטן און זיך אָננעמען מיט כּוח, ער זאָל זיך ניט פֿילן צו דערשלאָגן איבערלייענענדיק די ציפֿערן, וואָס גאָלדבערג ברענגט אין זײַן באַריכט. מיר ווייסן דאָך פֿון פֿריִער, אַז צו פֿיל גוטע נײַעס קענען דאָרט ניט זײַן וועגן ייִדיש. נאָר פֿאָרט זײַנען מיר אָפּטימיסטן און, אויב דאָס גלאָז קען ניט זײַן האַלב פֿול, וועלן מיר זיך צוקוקן צו די עטלעכע טראָפּנס וואַסער אונטן אויפֿן דנאָ.

דער מצבֿ פֿונעם שפּראַך־לימוד בכלל אין אַמעריקע איז קיין מאָל ניט געווען פֿויגלדיק, און הײַנט איז באמת ניט צו פֿיל ערגער ווי געוויינטלעך. כאָטש די צאָל סטודענטן אין די אוניוורסיטעטן איז געוואַלדיק אויסגעוואַקסן אין משך פֿון די לעצטע פֿופֿציק יאָר, לערנען זיי זיך דורכשניטלעך ווייניקער פֿרעמדע שפּראַכן: אין 1960 האָבן 16% זיך באַטייליקט אין אַ שפּראַך־קורס, הײַנט — בלויז 8%. פֿון דעסטוועגן, קומט אויס, אַז אַרום 1,600,000 סטודענטן נעמען עפּעס אַ שפּראַך־קורס יעדן זמן (אין דער אמתן, אַ ביסל ווייניקער, ווײַל געוויסע סטודענטן נעמען מער ווי איין קורס מיט אַ מאָל, רעכנט מען זיי מער ווי איין מאָל).

אין די 1960ער יאָרן איז דאָס פּאָפּולערסטע לשון געווען פֿראַנצייזיש, מיט כּמעט 400,000 סטודענטן — אָבער ניט אויף לאַנג. ביז 1980 איז שפּאַניש שוין געוואָרן גרעסער, און אין די 1990ער איז שפּאַניש געוואָרן מער פּאָפּולער ווי די אַלע אַנדערע שפּראַכן צוזאַמען! דײַטש איז אין גאַנצן אַראָפּ פֿון זײַן גדולה, פֿון 215,000 סטודענטן אין 1968 געפֿאַלן צו 86,000 הײַנט. די דריט־פּאָפּולערסטע שפּראַך איז איצט ניט דײַטש, נאָר — שטום־לשון, וואָס פֿאַרן יאָר 2000 האָט מען עס אין אוניווערסיטעטן זעלטן געלערנט.

עס פֿאַרשטייט זיך, אַז ייִדיש האַלט זיך אַ סך קלענער ווי יענע „גרויסע קנאַקער‟. די אַלע קליינע לשונות צוזאַמען, אַרײַנגערעכנט די „ירושה־שפּראַכן‟ ווי ייִדיש און אירלענדיש, ווי אויך גאַנץ נישקשהדיקע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, ווי פּויליש און שוועדיש, באַטרעפֿן בלויז 2.5% פֿון די שפּראַך־קורסן. לויט דער לעצטער אַנקעטע האָט ייִדיש אין האַרבסט 2013 געהאַט בלויז 251 סטודענטן איבער גאַנץ אַמעריקע. די צאָל איז ניט אַלע מאָל געווען אַזוי נידעריק: נאָך אין יאָר 2006 האָט מען גערעכנט מיט אַן ערך אַ טויזנט, און אַזוי איז אויך געווען אַ לענגערע צײַט אין די 1970ער יאָרן. אָבער אין 2008 איז געקומען די „גרויסע רעצעסיע‟ און כּמעט אַלע שפּראַך־פּראָגראַמען זײַנען פֿאַרקלענערט געוואָרן. לויט גאָלדבערגס באַריכט איז די צאָל ייִדיש־סטודענטן אַראָפּ מיט 77% פֿונעם הויכפּונקט אין 1974 — דער גרעסטער פּראָפּאָרציאָנעלער פֿאַרלוסט פֿון די אַלע שפּראַכן, וואָס ער רעכנט אויס.

איידער דער לייענער זעצט זיך וויינען און הייבט אָן טראַכטן אַוועקצוּוואַרפֿן דאָס לערנען און בעסער צו ווערן אַ קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, איז כּדאַי צו וויסן, אַז ספּעציעל וואָס שייך ייִדיש איז די סטאַטיסטיק פֿונעם באַריכט ניט פֿאַרלאָזלעך. אמת, מע ציילט דרײַ מאָל אין משך פֿון יעדן יאָרצענדלינג, אָבער ניט יעדעס מאָל ציילט מען אויפֿן זעלביקן אופֿן. למשל, אַ מאָל האָט גאָלדבערג זיך פֿאַרבונדן מיט געוויסע ישיבֿות און געפֿרעגט, צי מע לערנט דאָרט אויף ייִדיש — האָבן זיי געענטפֿערט, אַז יאָ, און ער האָט אַרײַנגערעכנט זייערע הונדערטער ישיבֿה־בחורים. אָבער אין אַנדערע יאָרן האָט מען יענע ישיבֿות ניט געפֿרעגט, אָדער צוליב זייערע אייגענע חשבונות האָבן זיי ניט געוואָלט ענטפֿערן. אויב מע זאָל אַרײַנרעכענען אַלע ישיבֿה־בחורים, וואָס לערנען הײַנט אויף ייִדיש, קענען מיר זיך אפֿשר גרייסן מיט צענדליקער טויזנטער ייִדיש־סטודענטן — מע דאַרף געדענקען, אַז 27% פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער יוגנט איז הײַנט אָרטאָדאָקסיש, און דער עיקר — חרדיש.

איך ווייס אָבער ניט, צי עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אַרײַנצורעכענען די ישיבֿה־בחורים, ווײַל אַ ישיבֿה איז דאָך ניט קיין אוניווערסיטעט און מע לערנט דאָרט סײַ־ווי ניט קיין שפּראַך־קורסן. אָבער אַפֿילו אָן זיי, פֿעלן פֿאָרט אינעם באַריכט היפּשע הונדערטער סטודענטן — למשל, די אַלע וואָס באַטייליקן זיך אין די פֿאַרשיידענע זומער־פּראָגראַמען, אָדער וואָס לערנען זיך אין די קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינג, אין די ייִדישע קהילה־צענטערס, אין די שילן. אָבער אַזוי ווי יענע זײַנען אויך אָפֿט ניט קיין אוניווערסיטעט־סטודענטן, דאַרפֿן זיי אפֿשר אויך אויסנבלײַבן…

דער דעמאָגראַפֿישער הויכפּונקט פֿונעם ייִדיש־לימוד אין אַמעריקע איז זיכער געווען קווינס־קאָלעדזש אין די 1970ער יאָרן; אין 1974 האָט מען דאָרט געציילט קנאַפּע 600 ייִדיש־סטודענטן! פּראָפֿ’ חוה לאַפּין, וואָס האָט דאָרט געלערנט צענדליקער יאָרן, האָט דערציילט אויף גאָלדבערגס לעקציע, אַז יענע צײַט איז געווען אַן אויסנעמיקע: די גאַנצע יוגנט האָט געקאָכט מיט „זוכן די וואָרצלען‟ און „עטנישע געפֿילן‟. פּראָפֿ’ יוסף לאַנדיס האָט געמאַכט קווינס־קאָלעדזש פֿאַרן צענטער פֿונעם באַנײַטן אינטערעס צו ייִדיש, אויך אַרויסגעגעבן אַן אַקאַדעמישן זשורנאַל אויף ענגליש, „ייִדיש‟.

ס’איז אַ סבֿרא, אַז יענע גאָלדענע צײַטן וועלן זיך מער ניט אומקערן, און אַז דער ייִדיש־לימוד וועט זיך ווײַטער מוטשען אויף לאַנגע יאָרן מיט רעלאַטיוו ווייניק סטודענטן — הלוואַי ווײַטער נישט ערגער! אָבער מע דאַרף זיך נאָך ניט מייאש זײַן, ווײַל אַנדערע ירושה־שפּראַכן זײַנען דווקא געוואָרן מער פּאָפּולער בשעת ייִדיש איז געפֿאַלן. די צאָל סטודענטן פֿון אירלענדיש, למשל, איז זינט 1974 אַרויף 255%, אַ דאַנק אַ ברייטערן אינטערעס צו דער שפּראַך בײַ דער אַמעריקאַנער־געבוירענער יוגנט (כאָטש בסך־הכּל איז דאָס בלויז 213 סטודענטן, ווייניקער ווי בײַ אונדז). מיט האַוואַיִש האַלט נאָך בעסער, ס’איז אַרויף 346%, גאַנצע 669 סטודענטן, ווײַל בײַ די האַוואַיער האָט זיך אַנטוויקלט אַ פֿאַרצווײַגטע באַוועגונג אויפֿצולעבן זייער שפּראַך, אַרײַנגערעכנט מלוכישע שולן אין גאַנצן אויף האַוואַיִש.

וואָס קענען מיר דרינגען פֿון גאָלדבערגס באַריכט? ערשטנס, אַז ס’איז מסתּמא כּדאַי צו לייגן דעם טראָפּ אויף איכות אַנשטאָט כּמות. קיין גרויסע מאַסן ייִדיש־סטודענטן וועלן זיך דערווײַל ניט באַווײַזן, כּל־זמן דער אַלגעמיינער צוגאַנג בלײַבט דער זעלבער אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט. אָבער כאָטש די צאָל סטודענטן איז געפֿאַלן, מיין איך, אַז די קוואַליטעט פֿון די סטודענטן איז געשטיגן. (ניט די קוואַליטעט פֿון זייער ייִדיש, פֿאַרשטייט איר מיך, נאָר פֿון זייער אַלגעמיינער בילדונג.) צווייטנס, איז מעגלעך צו שאַפֿן מער סטודענטן, אויב די שטימונג און דער צוגאַנג זאָלן זיך בײַטן. וואָס מער מע וועט פֿאַרשטאַרקן דעם געזעלשאַפֿטלעכן אימפּולס אויפֿצולעבן די שפּראַך און זי מאַכן פֿאַר אַ וויכטיקן טייל פֿון דער קולטור־ירושה (אַזוי ווי עס האָבן געטאָן די אַמעריקאַנער אירלענדער און די האַוואַיער), אַלץ גרעסער וועט וואַקסן די צאָל סטודענטן. ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַן אַנדער אופֿן, ווי אַזוי די צאָל סטודענטן זאָל טאַקע וואַקסן.