מאַשין שפּילט אויס הויכפּונקטן פֿון יציאת־מצרים

Machine Enacts Highpoints of the Exodus


פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published March 31, 2015, issue of April 17, 2015.

איר זוכט אפֿשר אַ פּסח־ווידעאָ, וואָס איז דווקא נישט בלויז אַ פּאַראָדיע פֿון אַ פּאָפּ־ליד?

אַ גרופּע סטודענטן פֿון מעכאַנישער אינזשענעריע און אַרכיטעקטור אינעם ישׂראלדיקן טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט „טכניון‟ האָבן געבויט אַ „רוב גאָלדבערג‟־מאַשין, וואָס גיט איבער אויף אַ סימבאָלישן אופֿן די הויכפּונקטן פֿון דער הגדה; ווי, למשל, משה רבינו ווי אַן עופֿעלע אין אַ קעסטל אויפֿן ניל, די צען מכּות און די צעטיילונג פֿון די וואַסערן פֿונעם ים־סוף.

רוב גאָלדבערג (1883—1970) איז געווען אַן אַמעריקאַנער־ייִדישער קאַרטוניסט, צום בעסטן באַקאַנט פֿאַר שילדערן אַבסורדישע (און אומניצלעכע) מאַכאַרײַקעס. אין 1948 ער האָט ער געוווּנען אַ „פּוליצער‟־פּריז פֿאַר זײַנע פּאָליטישע קאַריקאַטורן.

איין פֿאַקט וועגן גאָלדבערג, וואָס איז ווייניק באַקאַנט: אין 1929, איז ער געווען איינער פֿון עטלעכע פּראָמינענטע ייִדן, וואָס מע האָט נישט דערלויבט צו ווערן אַ מיטגליד אין אַן עקסקלוסיווער זומער־קאָלאָניע פֿאַר קינסטלער, מוזיקער, שרײַבער און פּאָעטן אין וועסטפּאָרט, קאָנעטיקאָט.

נאָכן קוקן דעם ווידעאָ, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר וואָלטן די געניטע סטודענטן אויף איבעראַיאָר געקאָנט בויען אַ „רוב גאָלדבערג‟־מאַשין, וואָס קאָכט די מאָלצײַט צום סדר און דערלאַנגט עס צום טיש!