אַ שפּיל אויף ייִדיש — געשפּילט פֿון קינדער

A Yiddish Play Performed by Children

דער פּלאַקאַט פֿאַר דער שפּיל „נאָך צוועלף בײַנאַכט‟
דער פּלאַקאַט פֿאַר דער שפּיל „נאָך צוועלף בײַנאַכט‟

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published April 01, 2015, issue of April 17, 2015.

סוף אַפּריל וועט אַ גרופּע אַקטיאָרן לעבן דעטרויט פֿאָרשטעלן שמואל דייקסעלס פּיעסע „נאָך צוועלף בײַנאַכט‟ אין גאַנצן אויף ייִדיש. די פֿאָרשטעלונג וועט זײַן אַ היסטאָרישע, ניט בלויז ווײַל מע שטעלט פֿאָר צום ערשטן מאָל אין צענדליקער יאָרן אַ פּיעסע אויף ייִדיש אינעם דעטרויטער ראַיאָן, נאָר אויך ווײַל אַלע אַקטיאָרן וועלן זײַן מיטלשול־תּלמידים, מחוץ דער חסידישער וועלט.

„ס׳איז מיר געווען אַ חידוש, וויפֿל תּלמידים האָבן געוואָלט אָנטיילנעמען אין דער שפּיל‟, האָט איבערגעגעבן מיכל יאַשינסקי בעת אַ טעלעפֿאָנישן שמועס מיטן „פֿאָרווערטס‟, געפֿירט אויף ייִדיש. יאַשינסקי, אַ שפּאַניש־לערער בײַ דער „פֿראַנקל ייִדישער אַקאַדעמיע‟ אין וועסט־בלומפֿעלד, מישיגען, אָרגאַניזירט און רעזשיסירט די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג. „ס׳איז דאָ אַ סך אינטערעס צו ייִדיש אין דער שול, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע לערנט דאָ בכלל ניט די שפּראַך, און אַלץ וואָס שייך ייִדיש, איז פֿאַר זיי נײַ. די מערהייט פֿון די תּלמידים שטאַמען פֿון אַשכּנזישע משפּחות, אָבער אין דער שול לערנט מען כּמעט בלויז וועגן דער געשיכטע פֿון ארץ־ישׂראל און עבֿרית. צוליב דעם, אָבער, וואָס אַ סך פֿון זיי האָבן ייִדיש־רעדנדיקע באָבע־זיידעס, זענען די יונגע לײַט זייער נײַגעריק זיך צו דערוויסן וועגן ייִדיש. די אַדמיניסטראַציע וויל אויך אַרײַנפֿירן אין דער לערן־פּראָגראַם אַ ביסל וועגן דער ייִדישער קולטור, כאָטש קיינער האָט פֿריִער ניט געהאַט די צײַט זיך צו פֿאַרנעמען מיט דעם‟.

די שפּיל, „נאָך צוועלף בײַנאַכט‟ איז, לויט יאַשינסקי, אַ „זומערדיקע פֿאַנטאַזיע‟ מיט השפּעות סײַ פֿון דער קבלה און סײַ פֿון די פֿאָלקס־מעשׂיות פֿון די אַמעריקאַנער אינדיאַנער אינעם דרום־מערבֿדיקן טייל פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, וווּ דייקסעל האָט אַ פּאָר יאָר געוווינט צווישן די אָרטיקע אינדישע שבֿטים. „איך האָב געוואָלט געפֿינען אַ פּיעסע, וואָס זאָל זײַן גרינג פֿאַר די תּלמידים זיך אויסצולערנען. איך האָב געוואָלט אַ קורצע זאַפֿטיקע דראַמע, עפּעס גוט צוגעפּאַסט פֿאַר קינדער. דאָס האָב איך אַלץ געפֿונען אין ׳נאָך צוועלף בײַנאַכט׳. ס׳איז זייער אַ שיינע דראַמע, אַ פֿאַנטאַסטישע, זייער אומבאַקאַנט. איך האָב גערעדט מיט הערשל האַרטמאַן (דער דערציִונגס־דירעקטאָר בײַ דער „שלום־קהילה שול‟ אין מאַרינאַ דעל ריי, קאַליפֿאָרניע), וואָס איז אַליין געווען אַ תּלמיד פֿון שמואל דייקסעל אין ׳קעמפּ קינדערלאַנד׳. ער האָט מיר דערקלערט, אַז דייקסעל האָט אים אַמאָל געזאָגט, אַז ׳מע שטעלט ניט מײַנע פּיעסעס‘. איך בין שטאָלץ, וואָס דאָס איז הײַנט מער ניט אמת, אַז מיר שטעלן יאָ פֿאָר זײַן פּיעסע‟.

יאַשינסקיס דרך אין דער וועלט פֿון ייִדיש און ייִדישן טעאַטער איז אַן אייגנאַרטיקער. אַ לעבנס־לאַנגער אָנהענגער פֿון טעאַטער און אָפּערע, האָט ער בעת זײַנע שטודיעס אין „האַרוואַרד‟ אָנטיילגענומען אין אַ ספּעקטאַקל אויף ייִדיש, „די גאַנצע וועלט איז אַ טעאַטער‟, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט סצענעס פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע פּיעסעס. אינעם ספּעקטאַקל, רעזשיסירט פֿון דבֿורה קאַפּלאַן (הײַנט אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿון טעאַטער אין „ברוך־קאָלעדזש‟) האָט ער געשפּילט חנן פֿון אַנ־סקיס „דיבוק‟. אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט ער זיך געלערנט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס אויף דער ערשטער Tent־פּראָגראַם פֿון „שאַפֿעריש שרײַבן‟. אינספּירירט פֿון די אַלע ייִדישע ביכער דאָרטן און פֿאַראינטעריסירט בפֿרט אינעם רעפּערטואַר פֿונעם ייִדישן טעאַטער, האָט ער אָנגעהויבן זיך צו לערנען ייִדיש אויף אַן אינטענסיוון אופֿן, ערשטנס, אַליין אין דער היים דורך לערנביכער, און שפּעטער ווי אַ סטודענט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ בעת דער אָרטיקער זומער־פּראָגראַם. צוליב דעם, וואָס ער האָט זייער אַ סך דערפֿאַרונג ווי אַ טעאַטער־רעזשיסאָר פֿון קינדער (צווישן די פּיעסעס, וואָס ער האָט רעזשיסירט בײַם „מישיגינער אָפּערע־טעאַטער‟ איז געווען „ברונדיבאַר‟, וואָס מע האָט לכתּחילה געמאַכט אין טערעזנשטאָט), איז עס געווען נאַטירלעך, אַז יאַשינסקי וואָלט געוואָלט קאָמבינירן זײַנע צוויי אינטערעסן, כּדי אויפֿצושטעלן אַ פּיעסע מיט קינדער אויף ייִדיש.

„איך האָב געזען, אַז ס׳איז דאָ אַ ׳פֿישמאַן־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור׳, וואָס שטיצט אונטער פּראָגראַמען, וואָס העלפֿן קינדער זיך צו לערנען ייִדיש‟, האָט יאַשינסקי דערקלערט. „איך האָב געוואָלט אויפֿפֿירן אַ ייִדישע פּיעסע; האָב איך געטראַכט, אַז ס׳איז אַ גוטע געלעגנהייט. איך האָב זיך באַראַטן מיט דער שול און אַליין אָנגעשריבן די אַפּליקאַציע, ווײַל קיינער אין דער שול, אַחוץ מיר, קען ניט קיין ייִדיש, און די אַפּליקאַציע האָט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אויף ייִדיש. מיר האָבן טאַקע באַקומען דאָס געלט‟.

יאַשינסקיס אויפֿגאַבע איז ניט קיין גרינגע: ער דאַרף ניט בלויז רעזשיסירן די פּיעסע, נאָר לערנען זײַנע אַקטיאָרן אַרויסצורעדן דעם דיאַלאָג אויף ייִדיש, אַ שפּראַך, וואָס זיי פֿאַרשטייען ניט. „איך האָב איבערגעשריבן די פּיעסע נאָך אַ מאָל מיטן ייִדישן טעקסט און אונטער יעדן וואָרט צוגעגעבן די ענגלישע איבערזעצונג‟, האָט ער דערקלערט. „זיי לערנען דעם ענגלישן און ייִדישן טעקסט צוזאַמען. מיר האָבן אָנגעהויבן מיט ענגליש, כּדי זיי זאָלן קענען אויסגעפֿינען, וואָס איז דער סוזשעט, דער סיפּור־המעשׂה און ווער זענען די העלדן, וואָס זיי דאַרפֿן שפּילן. נאָך דעם, האָבן מיר אָנגעהויבן מיט די ייִדישע ווערטער. איך אַרבעט מיט זיי פֿאַר יעדער רעפּיטיציע און מיר רעדן אַרום די גראַמאַטישע עלעמענטן, וואָס זיי לערנען. זיי לערנען זיך אַ סך אויך פֿון די רעקאָרדירונגען פֿון דער שפּיל, וואָס איך האָב צוגעגרייט פֿאַר זיי אויף ייִדיש, אַז זיי זאָלן קענען הערן דעם טעקסט און דעם אַרויסרעד. זיי זענען זייער פֿעיִק. אמת, זיי לערנען זיך פּאַמאַלעך, אָבער זיי דאַרפֿן זיך אויסלערנען אַלע דיאַלאָגן אויף אויסנווייניק. ס׳איז שווער, אָבער זיי זענען קלוג, און זיי אַרבעטן זייער שווער. מיר האָבן אַ חודש ביז דער פֿאָרשטעלונג. איך מיין, אַז זיי וועלן זײַן גרייט‟.

אויף דער פֿראַגע, צי ס׳וואָלט ניט געווען גרינגער אָנצופֿירן מיט אַזאַ פּראָיעקט מיט דערוואַקסענע, אַנשטאָט מיט די מיטלשול־תּלמידים, האָט יאַשינסקי געענטפֿערט, אַז ס׳איז בפֿירוש גרינגער מיט קינדער. „ס׳איז מיר אַ גרויס פֿאַרגעניגן צו אַרבעטן מיט יונגע־לײַט אין טעאַטער, ווײַל זייערע קעפּ זענען אָפֿן, זיי זענען זייער שאַפֿעריש, און זיי האָבן ניט קיין מורא צו טאָן אומגעוויינטלעכע זאַכן. און ס׳איז זייער אַן אומגעוויינטלעכע זאַך צו שפּילן אין אַ ייִדישער פּיעסע‟. אין דער שפּיל וועלן אָנטיילנעמען אַכט אַקטיאָרן, ווי אויך אַנדערע קינדער הינטער די קוליסן, וואָס וועלן באַשעפֿטיקן זיך מיט די קאָסטיומען, דעם רעקוויזיט, די פֿאַרבן און אַזוי ווײַטער. בסך־הכּל, וועלן אָנטיילנעמען פֿון 15 ביז 20 תּלמידים אין עלטער פֿון 14—17 יאָר.

דער רעזשיסאָר מיכל יאַשינסקי
דער רעזשיסאָר מיכל יאַשינסקי

מיכל יאַשינסקי האָפֿט, אַז די באַטייליקונג אין אַזאַ פֿאָרשטעלונג וועט אינספּירירן זײַנע תּלמידים ווײַטער אָנצוגיין מיט ייִדיש, אַזוי ווי ער אַליין האָט אָנגעהויבן זיך צו לערנען ייִדיש נאָכן באַטייליקן זיך אין אַ ייִדישער פֿאָרשטעלונג. „ס׳וועט זײַן אַ וווּנדערלעכע זאַך פֿאַר די תּלמידים צו בויען אַ בריק צו ייִדיש, און אויך פֿאַר דעטרויט, וואָס האָט ניט געהאַט אַזאַ זאַך שוין לאַנגע יאָרן. דאָס איז וויכטיק פֿאַר אונדז, אַז מיר זאָלן זיך באַנוצן מיט אַזעלכע אוצרות פֿון אונדזער קולטורעלער ירושה‟.

די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 30סטן אַפּריל, 6:30 אין אָוונט, און זונטיק, דעם 3טן מײַ, 2:30 נאָכמיטאָג. צו באַשטעלן בילעטן באַזוכט: https://aftermidnight.yapsody.com/.