אויף דער עפֿענונג פֿונעם צווייטן פֿעסטיוואַל, געווידמעט דער ייִדישער קולטור, האָט וויטאַ שטיוועלמאַן, די אָרגאַניזירערין פֿון דער פֿאַרשיידנאַטיקער אונטערנעמונג געזאָגט: „אונדזער פֿעסטיוואַל איז געצילט אויף יענע מענטשן, וואָס זיי איז אינטערעסאַנט און טײַער די ייִדישע קולטור, אומאָפּהענגיק פֿון זייער נאַציאָנאַליטעט‟.
די דאָזיקע ווערטער האָבן געגעבן דעם טאָן פֿון דער ברייטער פּראָגראַם, וואָס איז אָנגעגאַנגען במשך פֿון צוויי טעג אין טאָראָנטאָ. אין תּוך גערעדט, קאָן מען יעדן מיטגליד פֿונעם קלוב Et Cetera, אַ געזעלשאַפֿט פֿון אָרטיקע אינטעלעקטואַלן, אָנרופֿן צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פֿעסטיוואַל. איבער 60 באַטייליקטע פֿון דרײַ לענדער און בסך־הכּל עטלעכע הונדערט צושויער האָבן זיך צונויפֿגענומען אונטערן דאַך פֿון „אָט אַזוי!‟.
וואָס זשע קומט הײַנט פֿאָר מיט דער ייִדישער קולטור? צי ווערט טאַקע ייִדיש פֿאַרשוווּנדן, צוזאַמען מיט די שפּראַך־טרעגער, וועלכע זײַנען לעבן געבליבן נאָכן חורבן, צי אפֿשר טראַנספֿאָרמירט זי זיך? ווי אַזוי לעבן די קהילות, וואָס זייער געאָגראַפֿיע האָט זיך ווידער געענדערט בײַם סוף 20סטן יאָרהונדערט, און בײַטן זיך ווײַטער?
ענטפֿערס אויף אייניקע פֿון די פֿראַגעס האָט זיך באַמיט צו געבן דער פֿעסטיוואַל אַליין, וואָס זײַן הויפּט־ספּאָנסאָר איז געווען דער שטאָטישער מוניציפּאַליטעט און די אָרגאַניזאַציע „ישׂראל־הויז אין טאָראָנטאָ‟. אַ גאַנצע ריי אויסגאַבעס האָבן פֿאַרשפּרייט די נײַעס וועגן דער אונטערנעמונג, בתוכם די צײַטונג „רוסישער עקספּרעס‟.
באַדינגלעך, וואָלט מען די פּראָגראַם געקאָנט צעטיילן אויף צוויי טיילן: אַ קולטור־טרעגערישער טייל און אַ ליטעראַטור־מוזיקאַלישער. צוריק גערעדט, איז אַלץ, וואָס דער עולם האָט געזען און געהערט, געווען פֿאַרבונדן מיט קולטור.
דער קורצער אַנימאַציע־פֿילם „שטעטל‟, געשאַפֿן פֿונעם מאָלער אַלעקסאַנדער פּאַוולענקאָ און דעם קלוב Et Cetera, האָט ממש פֿאַרכּישופֿט מיט זײַן פֿאָלקסטימעלכער פּשוטקייט. אין דעם קונסט־ווערק אַנטפּלעקט זיך די פֿאַרשוווּנדענע וועלט פֿון ייִדישן שטעטל־שטייגער, מיט זײַנע אײַנוווינער, טרוימען, יום־טובֿים און וואָכעדיקייט. עס קלינגט דער זאַפֿטיקער ייִדיש — אַ שאַרפֿזיניקער און אומעטיקער אין דער זעלבער צײַט…
אינטערעסאַנט און באַגײַסטערט האָט דערציילט וועגן דער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟ באָריס סאַנדלער, שרײַבער און רעדאַקטאָר פֿון דער אויסגאַבע; ווי אויך וועגן ייִדיש אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט.
„צו רעדן וועגן יעדער שפּראַך איז שווער, ווײַל כּל־זמן די שפּראַך לעבט, בײַט זי זיך כּסדר‟, — זאָגט ב. סאַנדלער אין זײַן עקסקלוסיוון אינטערוויו דער צײַטונג „רוסישער עקספּרעס‟. „ייִדיש איז זייער אַ פֿילעוודיקע שפּראַך, זאַפּט אין זיך אײַן נײַע באַגריפֿן, און איז אָפֿט צו נײַע פּערספּעקטיוון; דער הײַנטיקער ייִדיש טראָגט אין זיך אַ שלל מיט ווערטער, וואָס האָבן פֿריִער בכלל נישט עקזיסטירט. אַ דאַנק דער קאָמפּיוטערײַ, קאָנען אַפֿילו די מענטשן, וואָס קענען נאָר די מינדלעכע שפּראַך, דורכן ׳גוגל׳ טראַנסליטערירן דעם טעקסט און אים פֿרײַ לייענען. דאָס הייסט, אַז די טעכנאָלאָגיע דערמעגלעכט די שפּראַך צו אַנטוויקלען. צי דאַרף מען דאָ רעדן וועגן עפּעס אַן אונטערגאַנג?! דעם ׳פֿאָרווערטס׳ לייענט מען אין איבער 30 לענדער איבער דער וועלט. ייִדיש איז דאָך ווי אַ לעבעדיק ריטשקעלע — מע שטעלט אויף אַ וואַנט אויפֿן וועג, געפֿינט עס פֿאַר זיך אַ שפּאַרונע, און רינט ווײַטער.‟
דער אויפֿטריט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער אין אוקראַיִנע, יוסף זיסעלס, האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ לעבעדיקער דיסקוסיע אַרום דער הײַנטיקער אוקראַיִנע; ווי אויך וועגן אַנדערע ייִדישע קהילות אויפֿן שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
וועגן דעם, ווער עס לערנט הײַנט ייִדיש און די ייִדישע קולטור, האָט שאַרפֿזיניק דערציילט אַניע שטערנשיץ, פּראָפֿעסאָרין פֿונעם טאָראָנטאָר אוניווערסיטעט. אַניע דערציילט: „איך ציטיר מײַנע סטודענטן פֿון באַכריין, מאָנאַקאָ, באַנגלאָדעש אַן אַלט ייִדיש שפּריכווערטל: ׳ווען בײַ ייִדן אויפֿן טיש איז נישטאָ קיין פֿיש, עסט מען הערינג׳, און איך זע זייערע פֿאַרוווּנדעטע אויגן — וואָס הייסט, נישטאָ קיין פֿיש?! קיין אָרעמע ייִדן זײַנען דאָך נישטאָ! איצט, שטעלט זיך פֿאָר, וויפֿל שיכטן פֿון דער ייִדישער געשיכטע דאַרף מען איבערקערן, כּדי צו דערקלערן, וואָס דאָס מיינט.‟
אין דער מוזיקאַלישער פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט זיך אַנטפּלעקט אַ גאַנצע גאַלעריע פֿון טאַלאַנטן, מיט וועלכע עס איז אַזוי רײַך אונדזער קהילה. עס זײַנען אַרויס אויף דער בינע, ווי מע זאָגט, פֿון קליין ביז גרויס, מענטשן פֿון פֿאַרשידענע פּראָפֿעסיעס; דער אַנסאַמבל פֿון ייִדישער מוזיק, „שׂימחה‟ (אָנגעפֿירט פֿון לעאָניד הומעניוק); די באַקאַנטע זינגער: אַלעקסאַנדר סקריפּטשענקאָ, דער דועט „ווײַסער ראָיאַל‟ (מיכאל אָווסישטשער און טאַטיאַנע דרייזיס); לעאָניד כאַסלאַווסקי מיטן זון יניבֿ, אָלגאַ זינגערמאַן און יולי טשעניק און אַנדערע.
צום פֿעסטיוואַל איז ספּעציעל פֿאַרבעטן געוואָרן די באַקאַנטע זינגערין סוועטלאַנאַ פּאָרטניאַנסקאַיאַ, און דער דזשעז־פּינאַניסט ראָבי באָטאָש; דער דועט „יאַש‟: וויטאַ שטיוועלמאַן און די פֿידלערין אַלעקסאַנדראַ בערליאַנד.
ווי ס׳האָט באַטאָנט וויטאַ שטיוועלמאַן בײַם שליסן דעם פֿעסטיוואַל „אָט אַזוי!‟, איז אפֿשר דאָס וויכטיקסטע אין דער אונטערנעמונג, אַז די מענטשן האָבן פֿאַרבראַכט די צוויי טעג אין אַן אַטמאָספֿער פֿון אַ יום־טובֿ; אַז ס׳האָט יעדן אַ גלעט געטאָן דער וואַרעמער שטראַל פֿון מאַמע־לשון…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.