מאַשע שומאַצקאַיאַ האָט זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז זי וועט אַ מאָל איבערלעבן אַ מלחמה; אַז זי וועט, למשל, מוזן אַרויסשלעפּן דעם מאַטראַץ אין קאָרידאָר, כּדי זיך צו באַשיצן פֿון פֿליִענדיקע שפּילטערס גלאָז, טאָמער וועט אַ דערבײַיִקער אויפֿרײַס צעברעכן אירע פֿענצטער.
אָבער נאָך וואָכן לאַנג פֿון שלאַכטן צווישן די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן און דעם אוקראַיִנער מיליטער אין איר היימשטאָט דאָנעצק, האָט די 23־יאָריקע מאַשע שוין געהאַט גענוג, און איז פֿאַראַיאָרן זומער געוואָרן איינע פֿון די טויזנטער ייִדישע אײַנוווינער פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, וואָס זענען אַנטלאָפֿן אויף מערבֿ. זי וווינט איצט אין כאַרקיוו, אַ שטאָט אין צענטראַל־אוקראַיִנע.
לכתּחילה איז מאַשע אײַנגעשטאַנען מיט איר בחור בײַ גוטע פֿרײַנד, אָבער ווען זיי זענען געגאַנגען זוכן אַ דירה צו דינגען, האָבן די אָרטיקע אײַנוווינער זיך באַצויגן צו זיי מיט חשד, האַלטנדיק זיי פֿאַר סימפּאַטיקער פֿון די פּראָ־רוסישע כּוחות.
איליאַ און ליובאַ טאָלקאַכאָוו, און זייער זינדל פֿון 22 חדשים, האָבן געהאַט אַן ענלעכע איבערלעבונג. איליאַ, 26 יאָר, האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט פֿאַר אַן אימפּאָרט־עקספּאָרט פֿירמע אין לוגאַנסק, און די 28־יאָריקע ליובאַ איז געווען אַן אַדמיניסטראַטאָרין אין אַן אָרטיקן אוניווערסיטעט. איליאַ האָט אויך געלערנט פֿאָטאָגראַפֿיע־קלאַסן אינעם אָרטיקן צווײַג פֿון „חסד‟, אַ צענטער פֿאַר עלטערע ייִדן.
אָבער נאָכן קראַך פֿונעם מאַלאַזיער עראָפּלאַן איבער טאָרעז, ליובאַס היימשטאָט, פֿאַראַיאָרן יולי, זענען זיי אַריבערגעפֿאָרן צו לובאַס משפּחה אין קיִעוו, מיט דער כּוונה צו בלײַבן דאָרט בלויז עטלעכע וואָכן. דערווײַל האָבן זיי זיך נאָך אַלץ נישט אומגעקערט. הײַנט וווינען זיי אין איינעם מיט איליאַס מאַמען אין אַ קליינטשיקער דירה אין קיִעוו. איליאַ האָט טאַקע געפֿונען אַ שטעלע, אָבער צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס אין לאַנד, דעקן די שׂכירות אַפֿילו נישט דאָס דירה־געלט, און די משפּחה דאַרף קריגן פֿינאַנציעלע הילף פֿונעם „דזשוינט‟.
בלויז זינט יאַנואַר, האָט די אוקראַיִנער וואַלוטע, די הריוונאַ, פֿאַרלוירן אַ העלפֿט פֿון איר ווערט. לויט דער „יו־ען‟, זענען כּמעט 1 מיליאָן אוקראַיִנער שוין אַנטלאָפֿן פֿון זייערע היימען.
דער קיִעווער צווײַג פֿון „דזשוינט‟ האָט דערווײַל געהאָלפֿן מער ווי 600 ייִדישע פּליטים, מיט דער הילף פֿון דער אָרגאַניזאַציע, „אינטערנאַציאָנאַלער ברודערשאַפֿט פֿון קריסטן און ייִדן‟, וואָס האָט זינט דעצעמבער 2013 געשאָנקען מער ווי 19 מיליאָן דאָלאַר צו העלפֿן די ייִדישע פּליטים. דורך „חסד‟ און „ביתינו‟ — אַן אָפּטייל פֿון „דשוינט‟, געווידמעט יוגנט־ און משפּחה־פּראָגראַמען — באַקומט יעדע נײַע משפּחה במשך פֿון 3—6 חדשים סובסידיעס פֿון בערך $250 אַ חודש אויף עסן, קליידער, טואַלעטן־זאַכן, מעדיקאַמענטן און דירה־געלט. די צענטערס אָרגאַניזירן אויך פּראָגראַמען פֿאַר עלטערע לײַט און אַ זונטיק־שול פֿאַר קינדער.
קינדער פֿון דער רוסיש־רעדנדיקער מיזרח־אוקראַיִנע מוזן זיך אויך צופּאַסן צו אוקראַיִניש־שפּראַכיקע שולן. אין אַ קיִעווער חב״ד־שול, „אור אַבֿנר‟, זענען צו די 160 ביז־איצטיקע תּלמידים צוגעקומען 15 פּליטים, און די שול באַזאָרגט די נײַ־געקומענע מיט פּריוואַטע אוקראַיִניש־לעקציעס, און גיט זיי קליידער און טעגלעכע געקאָכטע מאכלים אַהיימצונעמען.
הגם אַ פּסיכאָלאָג טרעפֿט זיך מיט די נײַ־געקומענע תּלמידים יעדע וואָך, מײַדט די שול אויס צו רעדן מיט זיי וועגן דער מלחמה. די לערער מײַדן אויך אויס די קאָנטראָווערסאַלע טעמע, און דערציילן זיי גיכער חומש־מעשׂיות, וואָס באַטאָנען די וויכטיקייט פֿון הכנסת־אורחים.
„קינדער זענען זייער שפּירעוודיק, און ווען די עלטערן זענען אָנגעשטרענגט, ווײַל זיי האָבן פֿאַרלוירן די שטעלע און זייער גורל איז אומבאַוווּסט, זענען זייערע קינדער אויך באַזאָרגט,‟ האָט באַמערקט עלקע אינאַ מאַרקאָוויטש, די גרינדערין פֿון דער שול.
„די אוקראַיִנער ייִדן געפֿינען זיך אין אַ דילעמע,‟ האָט דערקלערט דער דאָנעצקער רבֿ פּינחס ווישעצקי, וועלכער איז אַליין אַוועק קיין קיִעוו אין אויגוסט 2014 און פֿירט אָן מיט דער דאָנעצקער קהילה פֿון דער ווײַטנס. „מיר פֿאַרשטייען, אַז זיי דאַרפֿן אויפֿפּאַסן אויף די ייִדן פֿון זייער אייגענער קהילה איידער זיי קאָנען זיך פֿאַרנעמען מיט די פּליטים. לאָמיר האָפֿן, אַז דער אייבערשטער וועט אונדז אויך העלפֿן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.