איז דאָס „גראָז‟ כּשר־לפּסח?

Is Weed Kosher For Passover?


פֿון רות שוסטער און נתנאל סליאָמאָוויטש (Forward)

Published April 02, 2015, issue of April 17, 2015.

די דאָקטוירים האָבן געפּסקנט, אַז די סיגאַרעטן זענען שלעכט פֿאַרן געזונט, דערפֿאַר האַלטן אַ טייל רבנים, אַז מע טאָר נישט רייכערן, ווײַל אין דער תּורה שטייט געשריבן „ונשמרתם מאוד לנפשותיכם‟ — מע מוז זיך היטן פֿון שעדלעכע זאַכן. אַ טייל אַנדערע רבנים האַלטן אָבער פּונקט פֿאַרקערט. ווי באַלד דער אייבערשטער היט אָפּ די, וואָס היטן אָפּ זײַנע מיצוות, טאָר מען נישט סתּם אַזוי אויסטראַכטן אַ נײַעם איסור. מע זעט דאָך, אַז אַ סך רייכערנדיקע מענטשן בלײַבן געזונט און שטאַרק. אַדרבה, מע קאָן זאָגן, אַז אינעם אַסרן די סיגאַרעטן אינגאַנצן שטעקט אַ שטיקל כּפֿירה.

ווען עס קומט צו פּסח, איז אַן אַנדער ענין. מע טאָר נישט הנאָה האָבן פֿון חמץ. אויב אַפֿילו טאַבעק איז כּשר און מע מעג עס רייכערן, דאַרף מען וויסן קלאָר, אַז אין דער סיגאַרעט־אינדוסטריע ווערן נישט פֿאַרמישט קיין חמצדיקע פּראָדוקטן. קיין גמרא און ראשונים קענען דאָ נישט קומען צו הילף, ווײַל טאַבעק איז צום ערשטן מאָל געבראַכט געוואָרן פֿון אַמעריקע אינעם 16טן יאָרהונדערט. מע ווייסט אָבער יאָ, אַז בײַם הייליקן בעל־שם־טובֿ איז מוצאי־שבת זיך נישט באַגאַנגען אָן זײַן ליולקע, און אַז בײַ אַ סך חסידים איז פֿאַראַן אַ מינהג דווקא יאָ צו שמעקן און רייכערן טאַבעק ווי אַ סגולה.

וועגן טאַבעק האָט מען טאַקע נישט געוווּסט אין אייראָפּע און אויפֿן מיטל־מיזרח פֿאַר דער אַנטדעקונגע פֿון אַמעריקע, אָבער אַן אַנדער פֿלאַנץ — האַנף — האָט מען גערייכערט מדורות־עולם. הײַנט גייט אָן אין אַמעריקע אַ דיסקוסיע וועגן מאַריכואַנע. וואָס טראַכטן די רבנים וועגן דעם דאָזיקן ענין?

וואָס שייך טאַבעק, האָט הרבֿ ישׂראל־מאיר הכּהן, דער „חפֿץ־חיים‟, בפֿירוש געאַסרט צו רייכערן צוליב געזונט־סיבות. אַן אַנדער באַרימטער ליטווישער פּוסק פֿון לייקוווּד, הרבֿ אַהרן קאָטלער, האָט שפּעטער אויסגעדריקט די זעלבע דעה. הרבֿ עובֿדיה יוסף, דער באַרימטער ספֿרדישער פּוסק, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז מע כאַפֿט אַ ישיבֿה־בחור מיט אַ סיגאַרעט, דאַרף מען אים געבן אַ פּאַטש; דער זעלבער רבֿ האָט אויך באַמערקט, אַז דאָס רייכערן איז פֿאַרבונדן מיט חילול־שבת, ווײַל אַ טייל מענטשן צינדן אָן די לעצטע סיגאַרעט גלײַך פֿאַר דער שקיעה און פֿאַרגעסן, אַז דער הייליקער יום־המנוחה הייבט זיך שוין אָן.

פֿון דער צווייטער זײַט, זענען די סיגאַרעטן פֿון דער ישׂראלדיקער פֿירמע „דובק‟ באַגלייט מיט אַן אָפֿיציעלן פּסחדיקן הכשר. הרבֿ משה פֿײַנשטיין, אַ גרויסער פּוסק פֿונעם זעלבן ליטווישן שניט, ווי די דערמאָנטע אוסרים, האָט געהאַלטן, אַז מע מעג רייכערן, ווײַל דער שאַנס צו ווערן צוליב דעם קראַנק איז נישט אַזוי גרויס.

די מעדיצינישע פֿאָרשונגען ווײַזן אָן, אַז מאַריכואַנע איז נישט גורם קיין לונגען־ראַק, אויב מע רייכערט עס פֿון צײַט צו צײַט. עס בלײַבט אַפֿילו נישט קלאָר, צי ס׳איז שלעכט פֿאַר די לונגען אַפֿילו אין גרויסע סכומען. האַנף איז בעצם זיכער אַ כּשרער פֿלאַנץ; פֿון זײַן אינדוסטריעלן וואַריאַנט מאַכט מען אַ גוטן בוימל, און פֿון די ספּעציעלע סאָרטן, וואָס פֿאַרמאָגן אַ גרויסן פּראָצענט פֿונעם פּסיכאָאַקטיוון שטאָף טעטראַהידראָקאַנאַביאָל (THC) — די סחורה צו רייכערן.

אַ טייל ייִדן זענען זיך משער, אַז הגם די ספֿרדים מעגן רייכערן דאָס „גראָז‟ לכּבֿוד פּסח, טאָרן די אַשכּנזים עס נישט צו טאָן, ווײַל האַנף געהערט צו דער פֿאַרבאָטענער קאַטעגאָריע פֿון קטניות. לויטן אַשכּנזישן מינהג, טאָר מען נישט עסן פּסח קיין בעבלעך און אַנדערע פּראָדוקטן, וואָס זייער אויסזען דערמאָנט אינעם עכטן חמץ. פֿונדעסטוועגן, רייכערט מען דאָך די בלעטער, און נישט די קערנדלעך. דעריבער, טראַכט אַ טייל רבנים, אַז אַפֿילו די אַשכּנזים מעגן, אין פּרינציפּ, באַגלייטן די אַרבע־כּוסות מיטן גרינעם גראָז.

הרבֿ אפֿרים זאַלמאַנאָוויטש, וועלכער האָט אָנגעשריבן אַ גאַנץ בוך וועגן אַלקאָהאָליזם און נאַרקאָטיקן אין דער ייִדישער טראַדיציע, רעקאָמענדירט נישט צו באַנוצן זיך מיט מאַריכואַנע סתּם אויף טשיקאַוועס, כּדי מע זאָל נישט צוגעבונדן ווערן צו אַזאַ מינהג. ער איז אָבער זיכער, אַז דאָס ריינע „גראָז‟ איז יאָ כּשר־לפּסח.