די מאָסקווער ייִדישע קהילה גרייט זיך צום יום־טובֿ פּסח. אי די חב״ד־פֿעדעראַציע, אי די מתנגדישע רעליגיעזע קהילה האָבן אַרויסגעגעבן ביכלעך מיט דיני־פּסח און אַ רשימה פּראָדוקטן, וואָס מע מעג קויפֿן אין אַ געוויינטלעכער קראָם. אין עטלעכע שילן און בתי־מדשים פֿאַרקויפֿט מען בילעטן אויף פּסח־סדרים. אין די ביידע גרויסע שילן וועלן פֿאָרקומען עטלעכע סדרים מיט אַ מאָל — אין פֿאַרשיידענע זאַלן. אויף ייִדישע אינטערנעט־זײַטלעך זאַמלט מען געלט אויף מצות פֿאַר אָרעמע, און לויט אַן אַלטער טראַדיציע, וועט אין מאָסקווער כאָר־שיל פֿאָרקומען אַ זיצונג פֿון בית־דין.
דאָס רובֿ נײַעס פֿון מאָסקווע זענען, צום באַדויערן, פֿאַרבונדן מיט פּאָליטישע סקאַנדאַלן. דער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל ראובֿן ריבֿלין האָט דערקלערט, אַז ער וועט ניט קומען קיין מאָסקווע צו פּראַווען דעם נצחון־טאָג פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, דעם 9טן מײַ, אַפּנים, צוליב פּאָליטישע סיבות; ווי אויך די אַנדערע פּאָליטישע פֿירער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע. ממש מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט פּוטין געזאָגט אין זײַן ווענדונג צו דער „ליגע פֿון אַראַבישע לענדער‟, אַז רוסלאַנד איז גרייט צו שטיצן די אידעע פֿון שאַפֿן אין פּאַלעסטינע אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטינער מדינה, מיט דער הויפּטשטאָט אין מיזרח־ירושלים. ער האָט באַטאָנט, אַז דאָס איז די וויכטיקסטע באַדינונג צו לייזן די פּאַלעסטינער פּראָבלעם און צו רעאַליזירן דאָס געזעצלעכע רעכט פֿון דעם פּאַלעסטינער פֿאָלק צו שאַפֿן זײַן אייגן לאַנד.
נאָך אַ פּאָליטישע ידיעה איז פֿאַרבונדן מיטן מאָרד פֿון באָריס ניעמצאָוו. ניעמצאָווס קינדער האָבן זיך געוואָנדן צו דער פּאָליציי און געבעטן מע זאָל אָנערקענען זיי ווי קרבנות. מע האָט זיי אָפּגעזאָגט. אויפֿן אָרט פֿונעם מאָרד איז געשאַפֿן געוואָרן אַ קליינער מעמאָריאַל — מענטשן האָבן אַהין געבראַכט בלומען, ליכט, פּלאַקאַטן און בילדער. די טעג האָט די מלוכה געהייסן דעם מעמאָריאַל ליקווידירן, וואָס וועט, אַפּנים, פֿאַרשטאַרקן דעם סיכסוך, וואָס גייט אָן צווישן דער אָפּאָזיציע און דער מלוכה.
צו די אַנדערע נײַעס. דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט זונטיק דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש אויף דער טעמע „דער ייִדישער ניצשעאַניזם‟. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן דער פּראָפֿעסאָר פֿון דײַטשלאַנד דניאל קראָכמאַלניק. ער האָט דערציילט וועגן דער השפּעה וואָס ניצשעס פֿילאָסאָפֿיע האָט געהאַט אויף ייִדן, און קודם־כּל, אויף דער העברעיִשער ציוניסטישער קולטור: די אידעע פֿון די נײַע געבאָטן און נײַע מיצוות, די אידעע, אַז די אַלטע רעליגיעס, און די ייִדישע רעליגיע, קודם־כּל האָבן זיך פֿאַרעלטערט, האָבן באַאײַנפֿלוסט די ציוניסטישע באַוועגונג אין ארץ־ישׂראל.
אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ לעקציע אין די ראַמען פֿונעם ציקל „אָדעסער מיטאָס אין דער רוסישער קולטור‟. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן גאַלינאַ עליאַסבערג, אַ פֿילאָלאָגין, היסטאָריקערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און דער רוסיש־ייִדישער קולטור. איר רעפֿעראַט האָט געהייסן „רעדן אָדעסיש: מיטאָס פֿון אָדעסער שפּראַך‟.
אין דער רוסישער קולטור, קודם כּל, אין דער ייִדישער־רוסישער קולטור, איז דאָ אַ פֿאָרשטעלונג וועגן אַ באַזונדערער אָדעסער שפּראַך. מע מיינט, די באַזונדערע ייִדישע ווערסיע פֿון דער רוסישער שפּראַך. אָדעסיש איז ברייט אָפּגעשפּיגלט אין די וויצן, אָבער די פֿאָרשטעלונג וועגן דעם איז אויך אַרײַן אין ליטעראַטור און קינאָ; און באַזונדערע אָדעסער ווערטער און גלײַכווערטלעך — אין דער רוסישער ליטעראַרישער שפּראַך. גאַלינאַ עליאַסבערג דערקלערט די דאָזיקע דערשײַנונג מיט דער עקזיסטענץ פֿון דער אַזוי גערופֿענער אָדעסער שול אין ליטעראַטור: באַבעל, זשאַבאָטינסקי, אילף און פּעטראָוו, וואָס איז אויפֿגעקומען אין אָדעס און איז געווען גענוג באַקאַנט אין דער געשיכטע פֿון דער רוסישער ליטעראַטור.
קיין מאָסקווע איז געקומען דער פּראָפֿעסאָר פֿון ירושלימער אוניווערסיטעט רחל אליאור, אַ קענערין פֿון קבלה, חסידות, געשיכטע פֿון פֿאַלשע משיחים. זי האָט געגעבן אַ ציקל לעקציעס אין אָפּטייל פֿון ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, און אויך אַן אָפֿענע לעקציע אין דעם ישׂראלדיקן קולטור־צענטער. זי האָט דערציילט וועגן דער אַנטשטייונג פֿון ייִדישע מיסטישע טעקסטן, וועגן דער פּראָבלעם פֿון היסטאָרישן זכּרון בײַ ייִדן. די לעצטע לעקציע האָט זי געווידמעט דער געשיכטע פֿון פּראַווען פּסח.
מיר ווינטשן אײַך אַ פֿריילעכן און זיסן פּסח.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.