ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

סענאַטאָר מעקיין און ד״ר כוליאָ שלאָסער, פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟
Courtesy of daia.org.ar
סענאַטאָר מעקיין און ד״ר כוליאָ שלאָסער, פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 02, 2015, issue of May 01, 2015.

פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ טרעפֿט זיך מיט סענאַטאָר מעקיין

ד״ר כוליאָ שלאָסער, פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט זיך באַטייליקט אויף דער זיצונג פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין װאַשינגטאָן. ער האָט גערעדט װעגן דעם מצבֿ פֿון די ייִדן אין אַרגענטינע און װעגן דעם פּראָקוראָר ניסמאַן. ער האָט זיך דאָרט אויך געטראָפֿן מיטן רעפּובליקאַנער סענאַטאָר מעקיין, װעלכער איז פֿאַראינטערעסירט אין די אויספֿאָרשונגען פֿון די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראל־אמבאַסאַדע און דעם קהילה־בנין. שלאָסער האָט אים אינפֿאָרמירט װעגן די באַמיִונגען צו באַקעמפֿן דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם אין אַרגענטינע.


אַ נײַ אַפּעלאַציע פֿונעם נײַעם פּראָקוראָר

דער פֿעדעראַלער קאַמער האָט אָפּגעװאָרפֿן די אָנקלאַגע, װאָס דער פּראָקוראָר ניסמאַן האָט צוגעשטעלט קעגן דער אַרגענטינער פּרעזידענטין, איר אויסערן־מיניסטער און אַנדערע פֿיגורן פֿון דער רעגירונג, אין שײַכות מיטן אַטענטאַט אויף דער קהילה און זייער פּרוּװ צו פֿאַרדעקן די באַשולדיקטע איראַנער. דער נײַער פּראָקוראָר מאָלדעס האָט אַפּעלירט און נאָך אַ קאַמער דאַרף זיך אַרויסזאָגן די קומענדיקע טעג. די „דאַיאַ‟ האָט דערקלערט, אַז זי נעמט אָן די באַשלוסן פֿון דער יוסטיץ, כאָטש זי איז נישט מסכּים מיט זיי.


װעטעראַן פֿון דער שארית־הפּליטה זשאַק פֿוקס — באַערט

דער ייִשובֿ האָט באַערט דעם װעטעראַן פֿון דער שארית־הפּליטה זשאַק פֿוקס, װאָס האָט דורכגעמאַכט דעם חורבן אין אוישװיץ, און װען די רויטע אַרמיי איז אַרײַן אין דײַטשלאַנד, זײַנען די װעכטערס פֿון דאַכאַו אַנטלאָפֿן. זשאַק האָט דאַן געװויגן 44 קילאָ און איז געבליבן בײַם לעבן. אַ געבוירענער אין לאָדזש אין 1924 איז ער פֿאַרשפּאַרט געװאָרן אין דער אָרטיקער געטאָ. װי אַ בונדיסט, האָט ער זיך אַקטיװ באַטייליקט אין אַ סך אַקציעס, און נאָך זײַן באַפֿרײַונג האָט ער מער נישט געקענט געפֿינען זײַן משפּחה. ער איז געווען אין 1946 אין ניו־יאָרק, און אַ מומע האָט אים אַראָפּגעבראַכט קיין בוענאָס־אײַרעס אין 1963. װי אַן עדות פֿון חורבן, איז ער געװאָרן אַן אומדערמידלעכער פּעדאַגאָג װאָס, נישט געקוקט אויף זײַנע 90 יאָר, האָט ליב צו שמועסן מיט תּלמידים װעגן זײַנע איבערלעבונגען. די הכנסות פֿון איינע פֿון זײַנע ביכער „זכרונות‟ האָט ער בײַגעשטײַערט דעם איבערבוי פֿונעם אַרגענטינער ׳ייִװאָ‟ נאָכן אַטענטאַט אין 1994.


אוקי גאָני — דער פֿאָרשער פֿון נאַציס אין אַרגענטינע

אוקי גאָני איז אַן אַרגענטינער פֿאָרשער, װאָס האָט זײַן גאַנץ לעבן געפֿאָרשט די נאַציס אין אַרגענטינע. זײַנע ביכער װערן שטודירט און ציטירט אין דער אַקאַדעמישער װעלט. זײַן אַרכיװ מיט אָריגינעלע דאָקומענטן, װאָס ער האָט באַניצט אין זײַנע אַרבעטן, האָט ער איבערגעגעבן דעם אַרגענטינער „ייִװאָ‟, און פֿאָרשערס קענען זיך באַניצן מיט זיי אין דעם אַרכיװ. לעצטנס, איז באַקאַנט געװאָרן אַן אַרטיקל, װאָס אַ זשורנאַליסט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט װעגן היילן און טונעלן, װאָס נאַציס האָבן אויפֿגעבויט זיך צו באַהאַלטן נאָך דער מפּלה און קענען אַנטלויפֿן פֿון אַרגענטינע קיין פּאַראַגװײַ אויב מען פּאַקט זיי, און װאָס זײַנען אַנטדעקט געװאָרן פֿון אַרכעאָלאָגן. דניאל שאַװעלזאָן, אַ ייִדישער אַרכעאָלאָג, האָט אינפֿאָרמירט וועגן דעם די צײַטונג „קלאַרין‟ אין בוענאָס־אײַרעס.

אוקי גאָני האַלט, אַז דאָס איז מער פֿיקציע װי פֿאַקטן. די היילן און טונעלן זײַנען אויפֿגעבויט געװאָרן דורך יעזויִטן אין 17טן און 18טן יאָרהונדערט. נישט װײַט פֿון זיי געפֿינט זיך אַ מאָנאַסטיר, װאָס איז אַ טוריסטישע אַטראַקציע נישט װײַט פֿון די װאַסערפֿאַלן אין איגואַזו. שאַװעלזאָן האָט אויך געזאָגט, אַז עס זײַנען ניטאָ קיין דאָקומענטן װעגן די נאַציס, אָבער מען האָט געפֿונען דײַטשע מטבעות.


אַ נײַער פֿילם וועגן ייִדישע קאָלאָניסטן פֿון אוקראַיִנע

„דער פֿילם איז װי איבערלעבן מײַן משפּחהס זכּרון‟, אַזוי האָט דערקלערט דער טשילענער אַקטיאָר בראָנטיס כאָדאָראָװסקי, דער עלטערער זון פֿון אַלעכאַנדראָ כאָדאָראָװסקי, װען ער האָט גערעדט פֿון די שװעריקייטן, װאָס ער האָט דורכגעמאַכט, װען ער האָט אינטערפּרעטירט די ראָלע פֿון זײַן זיידן חיים, אַ ייִדישער אימיגראַנט, אין זײַן פֿילם „דער טאַנץ פֿון דער װירקלעכקייט‟. זײַן טאַטע איז געװען דער רעזשיסאָר פֿון דעם פֿילם, װאָס מען האָט די װאָך פּרעזענטירט אין בוענאָס־אײַרעס. דער פֿילם באַשרײַבט די קינדער־יאָרן פֿונעם רעזשיסאָר אין די 1930ער יאָרן אין אַ קליין שטעטל אין דעם װײַטן טשילענער צפֿון. דער זיידע איז געװען אַ דעספּאָטישע פֿיגור, אַ ייִד פֿון אוקראַיִנע, װאָס האָט באַװוּנדערט סטאַלינען. ער האָט געהאַט אַ שניטקראָם מיטן נאָמען „אוקראַיִנישע שטוב‟. זײַן פֿרוי שׂרה האָט כּסדר געזונגען אָפּערע און דערצויגן די קינדער מיט ליבשאַפֿט. בראָנטיס איז אַ באַרימטער אַקטיאָר, װאָס האָט אַפֿילו געלערנט אין פּוילן מיט גראָטאָװסקין און װוינט איצט אין מעקסיקע. דער פֿילם װײַזט דאָס שטורמישע לעבן פֿון אַ ייִדישער משפּחה אין אַ פֿאַרװאָרפֿן שטעטל אין די טשילענער שאַכטעס.


„דאַיאַ‟ פּרעזענטירט אַ נײַ בוך

מיטװאָך, דעם 1טן מאַרץ האָט די „דאַיאַ‟ פּרעזענטירט דאָס בוך „אַײַנגלידערן־אָפּזונדערן נומ׳ 3‟, װאָס באַשרײַבט די לאַגע פֿון 18 געמיינדעס, װאָס װערן דיסקרימינירט אין אַרגענטינע. די פֿאָרשערס פֿון דער „דאַיאַ‟ גיבן-איבער װי אַזוי לאָקאַלע באַאַמבע, נאַציאָנאַלע אינסטאַנצן, אינסטיטוציעס און יחידים פֿאַרשװעכן די מינדערהייטן און קולטורן.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.