די ערשטע שפּורן פֿון אונדזער מדינה, איידער זי איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ ייִדישער מדינה, אָפּגערעדט פֿון די ערשטע ציוניסטן אין די 1920ער יאָרן, אמתע אידעאַליסטן, זײַנען געקומען באַאַרבעטן די טרוקענע ערד און אײַנשטעלן די קיבוצישע אידעאָלאָגיע.
די צווייטע כוואַליע יונגע אידעאַליסטישע ייִדן איז געקומען נאָכן חורבן, נאָר זיי זײַנען געקומען פֿון די „די־פּי‟־פּליטים־לאַגערן. אָט די טראַנזיט־לאַגערן זײַנען געווען צעשפּרייט און צעזײט איבער דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע. היתּכון? ווי קומט עס? וועל איך אײַך מודיע זײַן אויף וויפֿל מײַן זכּרון דינט מיר, און אויף וויפֿל איך האָב עס אויסגעפֿאָרשט אין דער דאָקומענטאַציע, אין די ביבליאָטעקן, און אויף וויפֿל איך געדענק עס ווי אַ נײַן, צען, עלף און צוועלף־יעריק מיידל אין איינעם פֿון די פּליטים־לאַגערן, און ווי אַזוי איך בין געקומען צו דער מסקנא מיט יאָרן צוריק, אַז מדינת־ישׂראל… נאָר לאָמיך נישט כאַפּן די פֿיש פֿאַר דער נעץ.
קודם און צום אַלעם ערשטן, זײַנען די פּליטים באַשטאַנען פֿון דער שארית־הפּליטה, ייִדן וואָס זײַנען ניצול געוואָרן פֿון היטלערס און סטאַלינס גיהנום, ייִדן וואָס האָבן זיך געראַטעוועט פֿון באַהעלטענישן, וועלדער און פֿון פּוילישע אָנפֿאַלן אויף געראַטעוועטע וואָס זײַנען געקומען אין זייערע שטעט און שטעטלעך, האָפֿנדיק צו געפֿינען אַ לעבן־געבליבענעם פֿון דער משפּחה, און אַ סך מאָל אָנגעוווירן ס’אייגענע לעבן דערבײַ, ווי אין קעלצער פּאָגראָם.
האָט מען גענומען אויף ס‘נײַ אַנטלויפֿן פֿון די סכּנות, וואָס האָבן געלויערט איבער זיי אין אייראָפּע. איז וווּהין און ווי אַזוי לויפֿט מען? איז אונטערגעקומען די „בריחה‟, די בריגאַדע יונגע ייִדן פֿון פּאַלעסטינע, מיטן ציל זיי צו פֿירן אויף אומלעגאַלער עליה קיין פּאַלעסטינע, צו קעמפֿן קעגן די אָנפֿאַלן פֿון די אַראַבער.
דערווײַל האָט מען זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, אין די פּליטים־לאַגערן, וווּ די „אונרראַ‟, (יונײַטעג ניישאָנס רעליף ענד רעהאַביליטיישאָן אָרגאַניזיישאָן) די „אײַ־אַר־אָ‟ (אינטערנעשאָנעל, רעפֿיודזשי אָרגאַניזיישאָן) דער „דזשוינט‟ (דזשויִש דיסטריביושן קאָמיטי) האָבן זיי גענומען באַשפּײַזן, באַקליידן און באַשוכן.
ווער זײַנען געווען די ייִדן, וואָס האָבן באַוויזן אין די פֿינף יאָר פֿון זייער פּליטימהײט אויפֿצוטאָן וווּנדער? ס’רובֿ פֿון די אַזוי גערופֿענע „רעפֿיודזשיס‟ זײַנען געווען ערלעכע, פֿײַנע לײַט, פֿאַריתומט און טיף פֿאַרוווּנדיקט אין גרויס יאוש, און נישט געקוקט אויף דעם, האָבן זיך יונג און אַלט געפּאָרט, און האָבן כּן־ירבו גענומען קינדלען אויף וואָס די וועלט שטייט. אין מיצקע דרינען שיילט זיך אויס צווישן זיי אַ קליינע אונטערוועלט־קולטור, טיפּן וואָס האָבן פֿאַרטאַכלעוועט זייערע יוגנט־יאָרן אין הפֿקרדיקן אויפֿפֿיר אין די גרויסע שטעט פֿון פּוילן, רומעניע און אונגאַרן. אַ קליינע צאָל פֿון זיי אָבער האָבן געהאַט אַ השפּעה אויפֿן טעגלעכן לויף פֿון טאָג.
עס האָט עקזיסטירט כּמעט אין יעדן לאַגער אַ קליינער שוואַרצער מאַרק, וווּ מען האָט בשתּיקה געהאַנדלט מיט סחורה, וואָס מען האָט אַרײַנגעשמוגלט פֿון דרויסן, סײַ גרינסן, פֿרוכטן, קליידער, פֿלייש, גאָלדענע רינגעלעך, זייגערלעך, קאָלדרעס, קליידער — און אַלץ אונטער דער נאָז פֿון די „אונרראַ‟־אָנגעשטעלטע. אַ קליינע צאָל האָט זיך ספּעציאַליזירט אין פֿאַלשע דאָלאַרן. אויב מען האָט זיי געכאַפּט אין שטאָט גופֿא, האָט מען זיי געשטעלט פֿאַר אַ דײַטשן געריכט, וווּ די ריכטער האָבן מורא געהאַט צוצורירן זיך צו ייִדישע פֿאַרברעכער נאָך דער מלחמה; האָט מען זיי באַפֿרײַט אויף איין תּנאַי — זיי האָבן געמוזט תּיכּף־ומיד פֿאַרלאָזן ס’לאַנד און אַוועק מיט דער אומלעגאַלער עליה קיין פּאַלעסטינע.
יעדער לאַגער האָט פֿאַרמאָגט אַ דירעקטאָרן־ראַט, וווּ די פֿאַרוואַלטער האָבן געהערט צו פֿאַרשיידענע ציוניסטישע ריכטונגען, פֿון רעכטס ביז לינקס. דאָ האָט מען פֿאַרמאָגט די פּועלי־ציון, התאחדות, ביתּר, דרור, אַגודה, מזרחי, השומר־הצעיר, בונד, קאָמוניסטן, טראָצקיסטן און אומפּאַרטײער. יעדער לאַגער האָט פֿאַרמאָגט אַן אַרבעטס־אַמט, אַ פֿאַרזאָרגונגס־אָפּטיילונג, קאָמערציעלע און פֿינאָנציעלע אָפּטיילונג, וווינונגס־פֿאַרטיילונג־אַמט, אַ רעליגיעזע־ און אַ קולטור־אָפּטיילונג, „אָרט‟, פֿאַך־ און טעכנישע דערציִונג, וואָס „די אַמעריקען דזשויִש דזשוינט דיסטריביושאָן קאָמיטי‟ האָט אויסגעהאַלטן.
אונדזער לאַגער, פּונקט ווי אַלע אַנדערע לאַגערן, האָט פֿאַרמאָגט אַ ביקור־חולים, אַ חבֿרה־קדישא, אַ הכנסות־כּלה, אַ תּלמוד־תּורה, אַ חזן, אַ שוחט, אַ משגיח, אַ בדחן, אַ ספּאָרט־קלוב, אַ פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט, אַ ביבליאָטעק, אַ וואַנט־צײַטונג. אין מינכן זײַנען אַרויס אַ שלל מיט ייִדישע צײַטונגען, מײַן טאַטע האָט באַקומען דעם „פֿאָרווערס‟, מען האָט אויפֿגעשטעלט אַ טעאַטער, וווּ קינסטלער זײַנען געקומען פֿאַרווײַלן דעם עולם אויף ייִדיש. מען האָט געשפּילט סײַ ייִדישע און סײַ אויסלענדישע פֿילמען.
יעדער לאַגער האָט פֿאַרמאָגט אַ קינדער־גאָרטן. די קינדער אין עלטער פֿון פֿינף ביז פֿופֿצן האָט מען אָפּגעפֿירט אויף אָפֿענע לאַסט־מאַשינען, טאָג־טעגלעך אין בית־ספֿר „תּרבות‟, (באַזירט אויף קולטור, אָן אַ סימן פֿון ייִדישקייט), וואָס די שליחים פֿון פּאַלעסטינע האָבן אויפֿגעשטעלט אין יעדן לאַגער, דערצויגן צו ווערן אין ציוניזם, עבֿרית, מאַטעמאַטיק, געאָגראַפֿיע און נאַטור־וויסנשאַפֿט.
יעדער לאַגער האָט פֿאַרמאָגט אייגענע פּאָליציסטן, אייגענע שנײַדער און צושנײַדער, שיסטער און סטאָליער און מעכאַניקער. אויך אַן אַמבולאַטאָריע מיט האַלב קוואַליפֿיצירטע דאָקטוירים און אַ קראַנקן־שוועסטער. מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע ייִדישע מלוכה.
אונדזער לאַגער האָט זיך ספּעציאַליזירט אין מאָדנע טיפּן, דער עיקר, ראַשקע, איר קול האָט אָפּגעהילכט פֿון פֿרי ביז שפּעט. זי פֿלעגט באַפֿאַלן אַ יעדערן וואָס האָט צוגעלייגט אַן אויער און פֿלעגט שרײַען:
„איך בין פֿאַר דער מענטשהייט, איך בין גרייט מקריבֿ צו זײַן מײַן לעבן פֿאַר דער מענטשהייט. מײַן פֿאַרגאַנגענהייט שפּילט שוין מער נישט קיין ראָלע, הײַנט בין איך אַ בכּבֿודיקע פֿאַרהייראַטע פֿרוי, און מײַן מאַן האַלט מיך אויס.‟ זי האָט פֿאַרמאָגט דרײַ קינדערלעך און זיך באַשעפֿטיקט ווי אַ סאַניטאַר, פֿאַראַנטפֿאָרטלעך פֿאַר ריינקייט און זויבערקייט אין לאַגער. אויב עמעצער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אירע הענט, איז אים נישט געווען מקנא צו זײַן. זי האָט משלח געווען אַלע דײַטשקעס משרתטעס אין לאַגער. זי האָט געהאַט איין בשׂורה פֿאַר די בלאַטע (אונטערוועלט) הייסט עס: „איך וועל אײַך באַגראָבן, ווײַל איך בין פֿאַר דער מענטשהייט!‟
איצט, מיט יאָרן שפּעטער, ווען מיר האָבן שוין אונדזער אייגענע היים, און איך האָב שוין פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון וווינען אין אונדזער אייגענער מדינה, קען איך שוין, דאַכט זיך, אָפּשאַצן אין אייגענעם לאַנד דעם דוחק אין אונדזער ייִדישער קולטור פֿון דורות. אָבער נישט נאָר אין דעם גייט עס מיר, עס גייט מיר אין באַווײַזן, אַז יעדער פּליטים־לאַגער האָט געבויט אַ ייִדישע מדינה פֿון 1946 ביז 1950; אַז אָן דעם „בלו־פּרינט‟, אָן דער פֿריִערדיקער מאַפּע, אָן די ערשטע אײַנריכטונגען איידער וואָס ווען, וואָלט דאָס לאַנד מסתּמא אַנדערש אויסגעזען.
הײַנט זע איך אין דער מדינה דעם זעלבן אײַנשטעל, די זעלבע פּאָליטישע פּאַרטייען, דאָס זעלבע אַמפּערן זיך, די זעלבע טראַנזיט־לאַגער־מענטאַליטעט, אָפּגעריסן פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע און קולטור, וווּ דער צווייטער און דריטער דור פֿון יענע ניצול־געבליבענע ייִדן, וואָס האָבן פֿאָרט אײַנגעשטעלט אַ קולטורעלע וועלט, אַ קולטור, וואָס האָט עקזיסטירט איבער אַ טויזנט יאָר — ייִדישע ביבליאָטעקן, אָמאָליקע קלאַסישע ייִדישע טעאַטערס, אַ ייִדישע שול־סיסטעם, וווּ סײַ לשון־קודש און סײַ מאַמע־לשון האָבן געהויזט צוזאַמען בשלום, אַ ייִדישע ליטעראַרישע וועלט, אַ פֿילפֿאַרביקע ייִדישע פּרעסע, ייִדישע מוזיק מיט אַ ייִדיש לשון, וואָס איז קיינעם דעמאָלט נישט אײַנגעפֿאַלן צו שעמען זיך דערמיט אָדער צו פֿאַרווישן עס.
וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דעם אַלעם, אַ קיבוץ־גלויות, וואָס איז שטאַרק ענלעך צו אונדזער פּליטים־לאַגער, וואָס האָט זיך געהאַלטן אויף הינערשע פֿיסלעך. יענע תּקופֿה איז פֿאַרווישט געוואָרן פֿון די געשיכטע־ביכער אין אונדזער אייגענער מדינה. ווי זאָגט ס’ייִדישע ווערטל: געפֿאָרן צו דער חתונה און פֿאַרגעסן דעם חתן אין דער היים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.