מיט יאָרן צוריק, וואָלט איך געזאָגט, אַז דער געדאַנק צו שאַפֿן אַן אַנימאַציע־פֿילם וועגן אַנאַ פֿראַנק קלינגט ווי אַ געפֿערלעך אומפּאַסיקער שפּאַס. אין די 1990ער יאָר, האָט די אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „Saturday Night Live‟ („דירעקט טראַנסמיטירט שבת־צו־נאַכטס‟) טאַקע פֿאַרוואַנדלט דעם דאָזיקן טראַגישן באַרימטן חורבן־פּערסאָנאַזש אין אַ קאָמעדיע.
ווען דער ישׂראלדיקער רעזשיסאָר אַרי פֿאָלמאַן, וועלכער האָט געשאַפֿן די געראָטענע אַנימאַציע־פֿילמען „וואַלס מיט באַשיר‟ און „דער קאָנגרעס‟, האָט זיך געווענדט צו אַנאַ פֿראַנקס זכרונות, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס מאָל איז עס דווקא אַ גוטער געדאַנק. דער דאָזיקער רעזשיסאָר איז מסוגל מיט זײַן טאַלאַנט איבערצודערציילן אַן ערנסטע טראַגישע געשיכטע אויף אַזאַ אופֿן, אַז אי קליינע קינדער, אי דערוואַקסענע, וועלן קאָנען עס פֿאַרשטיין און אָפּשאַצן.
דער קינאָ־קריטיקער יאיר רוה האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ צאָל עקסקלוזיווע בילדער פֿון פֿאָלמאַנס נײַעם פּראָיעקט אויף דער ישׂראלדיקער וועבזײַט Mako. ס׳זעט אויס, אַז דער אַנימאַציע־פֿילם וועט זײַן טאַקע זייער אַ פֿאַרכאַפּנדיקער. אינעם יאָר 2013, ווען דער רעזשיסאָר האָט אַנאָנסירט זײַן פּראָיעקט, האָט ער באַקומען דעם פֿולן צוטריט צו אַנאַ פֿראַנקס אַרכיוון.
פֿאָלמאַן האָט איבערגעגעבן, אַז ער וועט זיך פֿאָקוסירן אויף אַנאַ פֿראַנקס פּסעוודאָנים „קיטי‟ — „קעצעלע‟ — וועלכן זי האָט אויסגענוצט אין אירע טאָגביכער. אינעם פֿילם, וועקט זיך די העלדין פֿון די זכרונות אויף אינעם איצטיקן אַמסטערדאַם, אינעם היסטאָרישן מוזיי פֿונעם חורבן־אומגעקעמענעם מיידל, הייבט אָן לייענען די נאָטיצן פֿון דער מחרבטע, און פֿאָלגט דעם טראַגישן סיפּור־המעשׂה פֿון די מלחמה־יאָרן.
דערווײַל איז נישט קלאָר, צי פֿאָלמאַן וועט שאַפֿן אַ געצייכנטע פֿלאַכע אַנימאַציע אָדער אַ פֿאָטאָגראַפֿיש־קאָנסטרויִרטן סטערעאָ־מאָדעל. דאָס ווענדט זיך אינעם בודזשעט פֿונעם פּראָיעקט. אויב דער רעזשיסאָר וועט זיך אָפּשטעלן אויף די פֿלאַכע צייכענונגען, וועט ער ווידער אַרבעטן בשותּפֿות מיט יונה גודמאַן און דוד פּאָלאָנסקי. אויב עס וועט זיך אײַנגעבן צו זאַמלען מער געלט, קלײַבט ער זיך צו שאַפֿן דעם דרײַ־דימענסיאָנעלן פֿילם מיטן אַנימאַטאָר ענדי גענט. אַזוי צי אַזוי, איז שוין קלאָר, אַז עס וועט זיך באַקומען אַ מײַסערישע אַנימאַציע, צוגעפּאַסט צו גאַנצע משפּחות, קליינע און גרויסע צוקוקער.
מע קאָן זאָגן, אַז פֿאָלמאַנס פּראָיעקט איז אויך אַ וויכטיקער שטאַפּל אין דער אַלגעמיינער בילדונג פֿון אונדזערע קינדער. אַנשטאָט צו וואַרטן, ביז די קינדער דערגרייכן אַ געוויסן עלטער און זענען גרייט זיך צו דערוויסן וועגן די שוידערס פֿונעם חורבן, איז כּדאַי צו ווײַזן די קליינע ליבהאָבער פֿון אַנימאַציע־פֿילמען פֿון קינדווײַז אָן, אַז אינעם לעבן טרעפֿן זיך אויך טראַגעדיעס און עגמת־נפֿש. צופֿיל קינדער־ביכער און פֿילמען טראָגן דעם פֿאַלשן טעם פֿון „סאַכאַרין‟ און באַהאַלטן אויס די שרעקלעכע מאָמענטן פֿון דער היסטאָרישער ווירקלעכקייט.
איך בין זיכער, אַז פֿאָלמאַנען וועט זיך אײַנגעבן צו דערציילן וועגן אַנאַ פֿראַנקס טראַגיש לעבן און טויט אויף אַן ערנסטן אופֿן. האָפֿנטלעך, וועט זיך באַקומען אַ ווערק, וואָס וועט פֿאַראייביקן די באַרימטע זכרונות פֿאַר די נײַע דורות פֿון יונגע צוקוקער. די אַרבעט אויף דעם אַנימאַציע־פֿילם וועט פֿאַרנעמען עטלעכע יאָר, און פֿאָלמאַן וועט דערווײַל, מסתּמא, שאַפֿן אַנדערע פֿילמען, אָבער כ׳בין שוין נײַגעריק צו זען דעם רעזולטאַט פֿונעם חידושדיקן פּראָיעקט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.