די טעריטאָריע, וואָס הייסט הײַנט אוקראַיִנע, איז מער ווי טויזנט יאָר געווען אַן אָרט, וווּ ייִדן זענען געווען פּראָמינענטע סוחרים, און געפֿירט אַ טיף־גײַסטיק לעבן. אין פּאָדאָליע, למשל, האָט דער בעל שם־טובֿ געגרינדעט די חסידישע באַוועגונג.
אוקראַיִנע איז אָבער אויך דאָס לאַנד פֿון גזירת־תּ״ח ותּ״ט — די ווילדע פּאָגראָמען אויף ייִדן, דורכגעפֿירט פֿון כמיעלניצקי און זײַנע קאָזאַקן אין 1648־1649. דערצו האָבן אַ צאָל אוקראַיִנער, במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס בײַם אויסהרגענען די ייִדן אין זייערע קאַנטן. דערפֿאַר הערט מען עד־היום אַז „די אוקראַיִנער זענען אַלע אַנטיסעמיטן‟.
און פֿאַרקערט — אַ סך אוקראַיִנער דריקן ביז הײַנט אויס אַנטאַגאָניסטישע מיינונגען וועגן די ייִדן. דזשאָן־פּאָל הימקאַ, אַ פּענסיאָנירטער געשיכטע־פּראָפֿעסאָר פֿונעם אוניווערסיטעט פֿון אַלבערטאַ, קאַנאַדע, האָט, למשל, געשריבן, אַז ביזן הײַנטיקן טאָג איז דאָ אַ טענדענץ בײַ אַ צאָל אוקראַיִנער צו פֿאַרגלײַכן דעם נאַצישן גענאָציד פֿון די ייִדן מיטן „האָלאָדאָמאָר‟ — דעם שרעקלעכן הונגער אין די 1930ער יאָרן, וואָס די אוקראַיִנער האָבן געליטן אונטער סטאַלין, און וואָס אַ סך אוקראַיִנער באַשולדיקן אין דעם דווקא די ייִדן. „די טענדענץ צו באַשולדיקן די ייִדן פֿאַרן ׳האָלאָדאָמאָר׳ איז אַ טייל פֿון דער גאַנצער מענטאַליטעט פֿון אידענטיפֿיצירן די ייִדן מיט קאָמוניזם — אַ מיינונג, וואָס מע זעט נאָך אַלץ אין דער אויסלענדישער אוקראַיִנישער מעדיאַ, ווי The Ukrainian Weekly,‟ אַן ענגליש־שפּראַכיקע צײַטשריפֿט, פּובליקירט אין אַמעריקע, האָט הימקאַ דערקלערט.
צוליב דעם דורות־לאַנגן אומצוטרוי צווישן די צוויי עטנישע גרופּעס, איז טאַקע צום באַוווּנדערן די טעטיקייטן פֿונעם Ukrainian Jewish Encounter („באַגעגעניש פֿון אוקראַיִנער און ייִדן‟) — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס ברענגט צונויף ייִדן און אוקראַיִנער — אַקאַדעמיקער, כּלל־טוער, קינסטלער, רעגירונג־באַאַמטע און סתּם יחידים — כּדי אַרומצורעדן, אויף אַן אָפֿנהאַרציקן אופֿן, די קאָמפּליצירטע באַציִונגען פֿון די צוויי פֿעלקער במשך פֿון הונדערטער יאָרן, און דערמעגלעכן, סוף־כּל־סוף, מער מיטגעפֿיל איינער צום צווייטן.
זינט דער גרינדונג פֿון דער UJE אין 2008, האָט די אָרגאַניזאַציע דורכגעפֿירט אַ ריי אַקטיוויטעטן פֿון אוקראַיִנער און ייִדן, ס׳רובֿ פֿון זיי — מחוץ אוקראַיִנע. בעת אַ קאָנפֿערענץ אין דיטשלי־פּאַרק, ענגלאַנד, האָבן די אַקאַדעמיקער פֿון קיִעוו, טאָראָנטאָ, זאַלצבורג און ירושלים אַרומגערעדט די פּאָליטישע באַציִונגען צווישן די אוקראַיִנער און ייִדן צווישן דעם 16טן יאָרהונדערט ביז 1921; וועגן פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אויף דער אוקראַיִנער טעריטאָריע; וועגן דעם קולטורעלן צונויפֿוועב פֿון מוזיק, קונסט, אַרכיטעקטור און שפּראַך, ווי אויך די קעגנאַנאַנדיקע סטערעאָטיפּן וואָס ליגן טיף אין ביידע קולטורן.
די UJE האָט אויך אײַנגעפֿירט אַ צאָל קורסן אין ישׂראל און אוקראַיִנע וועגן דער בשותּפֿותדיקער געשיכטע פֿון די ייִדן און די אוקראַיִנער; זי באַטייליקט זיך אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן פֿאָרש־פּראָיעקט צו דאָקומענטירן די אוקראַיִנער, וועלכע האָבן אויסבאַהאַלטן אָדער אויף אַן אַנדער אופֿן געהאָלפֿן די ייִדן בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה; און נעמט אויך אָנטייל אין ייִדישע און אוקראַיִנישע קולטור־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.
די UJE, בשותּפֿות מיט דער „ייִדישער קאָנפֿעדעראַציע פֿון אוקראַיִנע‟, טיילט יעדעס יאָר אויס אַ פּרעמיע אויפֿן נאָמען פֿון אַנדריי שעפּטיצקי, לכּבֿוד אַ מענטש, וואָס האָט אַ סך אויפֿגעטאָן צו פֿאַרשטאַרקן די קאָאָפּעראַציע צווישן אוקראַיִנער און ייִדן. אין 2014 האָט מען באַערט דעם פֿילאַנטראָפּ וויקטאָר פּינטשוק.
ס׳רובֿ פֿון די הוצאָות פֿון דער UJE ווערן געדעקט דורכן הויפּט־גרינדער פֿון דער אָרגאַניזאַציע: דזשיימס טעמערטי — אַן אָנגעזעענער קאַנאַדער פֿילאַנטראָפּ און געשעפֿטסמאַן, און דער פֿאָרזיצער פֿון אַ גרויסער עלעקטראָקראַפֿט־פֿירמע אין קאַנאַדע, Northland Power. טעמערטי איז אַליין געבוירן געוואָרן אינעם דאָנבאַסער ראַיאָן פֿון אוקראַיִנע בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, און זײַנע עלטערן זענען דעפּאָרטירט געוואָרן ווי שקלאַפֿן־אַרבעטער קיין דײַטשלאַנד. הײַנט וווינט טעמערטי אין מאָנטרעאָל.
בערל ראָדאַל, אַ ייִדישער פֿאַרוואַלטער פֿון דער UJE און טעמערטיס אַ גוטער פֿרײַנד, האָט דערציילט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז טעמערטיס פּלאַן צו שאַפֿן אַזאַ אָרגאַניזאַציע איז אַרויסגעוואַקסן פֿון די שמועסן, וואָס ער האָט אַליין געפֿירט מיט זײַנע ייִדישע פֿרײַנד און קאָלעגעס אין דער געשעפֿט־וועלט.
„דזשים האָט געפֿילט, אַז ס׳איז נישט יושרדיק, וואָס די אוקראַיִנער האָבן אַזאַ שלעכטן שם, און אַז די באַציִונגען צווישן די ייִדן און אוקראַיִנער זענען הײַנט אַ סך ערגער ווי זיי וואָלטן געדאַרפֿט זײַן,‟ האָט ראָדאַל געזאָגט. „פֿון זײַן פּערזענלעכער איבערלעבונג זענען די אוקראַיִנער דווקא זייער מענטשלעך און ברייטהאַרציק, איז אים דערפֿאַר געגאַנגען אין לעבן צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען. און דער אמת איז, אַז ביידע פֿעלקער האָבן טאַקע אַ סך געליטן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע טויזנט יאָר. ביידע האָבן ביז לעצטנס נישט געהאַט קיין אייגענע רעגירונג, און ביידע זענען שטאַרק אונטערדריקט געוואָרן פֿון אַנדערע כּוחות. ווי אַ רעזולטאַט, באַטראַכטן ביידע פֿעלקער זיך אַליין ווי געליטענע.‟
לכתּחילה זענען די אוקראַיִנער פֿירער געווען די הויפּט־שטיצער פֿון אָנקניפּן וואַרעמע באַציִונגען מיט די ייִדן, אָבער זינט עס האָט זיך אָנגעהויבן דער קאָנפֿליקט צווישן דער אוקראַיִנישער רעגירונג און די פּראָ־רוסישע סעפּאַראַטיסטן, איז דאָס אוקראַיִניש פֿאָלק, סײַ אין אייגענעם לאַנד, סײַ אין די תּפֿוצות געוואָרן מער ענטוזיאַסטיש וועגן דעם, גיט איבער איידריען קאַראַטניצקי, אויך אַ גרינדער פֿון דער UJE. „די קאָאָפּעראַציע צווישן די צוויי גרופּעס האָט זיך פֿאַרטיפֿט, בפֿרט איצט, ווען ס׳איז אויפֿגעקומען אַ נײַער דור ייִדן, וואָס האָט זיך באַטייליקט און ממשותדיק געהאָלפֿן צו אַנטוויקלען די נײַ־געבוירענע דעמאָקראַטיע אין אוקראַיִנע,‟ האָט קאַראַטניצקי באַמערקט.
צווישן די פֿאַרוואַלטער פֿון דער UJE איז אויך אַלטי ראָדאַל, וואָס איר משפּחה האָט אַליין געליטן פֿון די אוקראַיִנישע קאָלאַבאָראַטאָרן מיט די נאַציס. אַן אָנגעזעענע ייִדישע היסטאָריקערין און געוועזענע עצה־געבערין פֿאַר דער קאַנאַדער רעגירונג (און בערל ראָדאַלס פֿרוי), איז זי אַזוי מיטגעריסן געוואָרן וועגן דעם באַגריף פֿון אַזאַ אָרגאַניזאַציע, אַז זי האָט ספּעציעל פּענסיאָנירט פֿון איר פּאָזיציע, כּדי צו העלפֿן אָנצופֿירן מיט דער UJE.
„דרײַ פֿון מײַנע באָבע־זיידעס און אַנדערע קרובֿים זענען דערהרגעט געוואָרן דורך די אוקראַיִנער; מײַנע עלטערן האָבן ביידע דורכגעמאַכט טראַנסניסטריע (//www.dw.de/the-forgotten-holocaust-in-transnistria/a-17387303), און גערעדט פֿליסיק אוקראַיִניש,‟ האָט אַלטי ראָדאַל געזאָגט. אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע קינדער פֿון די לעבן־געבליבענע, דעמאָניזירט זי בכלל נישט דאָס אוקראַיִניש פֿאָלק. „איך האָב באַשלאָסן צו ווערן אַקטיוו אין דעם, ערשטנס, טאַקע צוליב מײַן קאָמפּליצירטער משפּחה־פֿאַרבינדונג מיט אוקראַיִנע, און צווייטנס, צוליב מײַן אינטערעס אין דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געשיכטע בכלל,‟ האָט זי דערקלערט.
אַלטי ראָדאַל האַלט איצט בײַם אָרגאַניזירן אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין אוקראַיִנע, וואָס וועט געבראַכט ווערן אין 4 שטעט איבער קאַנאַדע, אָנהייבנדיק פֿון טאָראָנטאָ. די אויסשטעלונג, Journey Through the Ukrainian Jewish Encounter, וועט געעפֿנט ווערן אין מײַ.
דערצו קאָאָרינינירט מען אַ גרויסן סעמינאַר אין יוני, פֿאַר סטודענטן אין אוקראַיִנע (און שפּעטער — אין קאַנאַדע), מיטן נאָמען The Seduction of Propaganda and Mass Violence in Ukraine in the 20th-21st Centuries. „מיר ריכטן זיך, אַז בערך 400 סטודענטן און יונגע אַקאַדעמיקער פֿון אוקראַיִנע, און עטלעכע פֿון אַמעריקע, ישׂראל און קאַנאַדע, וועלן זיך באַטייליקן,‟ האָט געזאָגט נאַטאַליע פֿעדוטשאַק, די דירעקטאָר פֿון קאָמוניקאַציעס בײַ דער UJE.
פֿעדוטשאַק, וועלכע איז דערצויגן געוואָרן אין אַן אוקראַיִנישן ייִשובֿ אין דענווער, קאָלאָראַדאָ, האָט קינדווײַז ווייניק געוווּסט וועגן די שחיטות פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע. „יעדן שבת, אַ גאַנצן טאָג, האָב איך זיך געלערנט אין אַן אוקראַיִנישער שול,‟ האָט זי געזאָגט. „איך אַליין האָב גיכער געוואָלט קוקן קאַרטונס אויף טעלעוויזיע, אָבער דער טאַטע האָט נישט געלאָזט. און זונטיק זענען מיר, אַוודאי, געגאַנגען אין קלויסטער.‟
שפּעטער האָט זי זיך דערוווּסט פֿאַרשידענע זאַכן וועגן איר משפּחה בעת דעם חורבן, ווי, למשל, אַז איר זיידע פֿון דער מאַמעס צד, וועלכער האָט געוווינט אין טאָראָנטאָ, האָט אַמאָל רעפּרעזענטירט דעם פּאָדהײַעצער ראַיאָן אינעם „סיים‟, דעם פּוילישן פּאַרלאַמענט. אין די 1990ער יאָרן, אַז ער איז שוין געווען אַלט און קראַנק, איז זי געפֿאָרן קיין טאָראָנטאָ אים צו אינטערוויוירן.
„ווי נאָר מיר האָבן אָנגעהויבן דעם אינטערוויו, האָט ער געזאָגט: ׳כ׳דאַרף דיר דערציילן וועגן די ייִדן.׳ ער האָט מיר דערציילט, אַז קינדווײַז פֿלעג ער זיך שפּילן אויף דער גאַס מיט ייִדישע ייִנגלעך, אָבער נישט ביז ער איז עלטער געוואָרן, האָט ער געוווּסט וואָס מע טוט צו די ייִדן. נאָכן אָנשליסן זיך אינעם אוקראַיִנישן מיליטער איז ער איין מאָל, נאָך אַ פּאָגראָם, אַרײַנגעגאַנגען אין אַ שײַער, אָנגעטראָטן אויף אַ בערגל היי, און פּלוצלינג דערזען ווי זײַן שטיוול איז פֿאַרשמירט מיט בלוט. דער אימאַזש האָט אים געפּלאָגט יאָרן לאַנג.‟
מיט יאָרן שפּעטער, האָט פֿעדוטשאַק זיך דערוווּסט נאָך אַ זאַך: די חנעוודיקע טיי־טעפּלעך מיט די בילדער פֿון נאַפּאָלעאָן און זשאָזעפֿין, וואָס זענען אַלע יאָרן געשטאַנען אין דער גלעזערנער שאַפֿע, האָט באמת באַלאַנגט צו אַ ייִדישער משפּחה אין קראָקע. איר מומע האָט איר דערציילט, אַז דער זיידע, וואָס איז געווען אַן אַדוואָקאַט, האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה געעפֿנט אַ געשעפֿט אין קראָקע, וווּ ער האָט געהאַט אַ סך קונים. איין נאַכט האָט עמעצער אָנגעקלאַפּט אין דער טיר און אים געזאָגט: „מע פֿירט אונדז מאָרגן אין אוישוויץ. באַהאַלט די טעפּלעך. אויב איך קום נישט צוריק, זענען זיי אײַערס.‟
„דאָס איז איצט מײַן אָבסעסיע — צו ווײַזן מענטשן, אַז די אוקראַיִנער און ייִדן זענען אַ טייל פֿון איין גרויסן בילד־טעפּעך,‟ האָט פֿעדוטשאַק באַמערקט. זי האָט שוין באַזוכט ישׂראל דרײַ מאָל, און זיך באַטייליקט אין אַ סעמינאַר אין „יד־ושם‟ פֿאַר אוקראַיִנישע חורבן־לערער.
„מײַנע פֿרײַנד האָבן מיך שוין אָנגעהויבן פֿרעגן, צי איך בין אַליין אַ ייִדישע,‟ האָט זי מיט אַ שמייכל געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.