בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ לעבן דעם „ווײַסן הויז‟ דאָנערשטיק, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ געמאָלדן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן און די פֿינף אַנדערע וועלט־כּוחות, וועלכע האָבן געפֿירט די פֿאַרהאַנדלונגען אין דער שווייץ, האָבן דערגרייכט „אַ היסטאָרישן פֿאַרשטאַנד מיט איראַן‟, וואָס — אויב מע וועט אים אויספֿירן — וועט עס באַזײַטיקן איראַן פֿון קריגן נוקלעאַר געווער. דער טערמין פֿונעם פֿולשטענדיקן אָפּמאַך איז דער 30סטער יוני.
„אויב דער גערעם וועט גורם זײַן אַ פֿולשטענדיקן אָפּמאַך, וועט עס ברענגען אונדזער לאַנד, אונדזערע אַליִיִרטע לענדער און די גאַנצע וועלט מער זיכערהייט,‟ האָט אָבאַמאַ געזאָגט.
„מיר וועלן מיט גאָרנישט מסכּים זײַן ביז מיר וועלן נישט מסכּים זײַן מיט אַלץ,‟ האָט אָבאַמאַ דערקלערט, און דערנאָך אויסגערעכנט די הויפּטפּונקטן פֿונעם אָפּמאַך:
איראַן וועט נישט אַנטוויקלען קיין וואָפֿן־פֿעיִקן פּלוטאָניום; די נוקלעאַרע אײַנריכטונג אין אַראַק וועט צעשטערט ווערן, און איר ברענשטאָף וועט אַרויסגעשיקט ווערן פֿון לאַנד.
די צענטריפֿוגעס אין איראַן וועט מען רעדוצירן מיט צוויי־דריטל, און איראַן וועט נישט באַרײַכערן קיין אוראַניום דורך אַוואַנסירטע צענטריפֿוגעס כאָטש אויף 10 יאָר
אינטערנאַציאָנאַלע אינספּעקטאָרן וועלן צום ערשטן מאָל האָבן צוטריט צו אַלע נוקלעאַרע אײַנריכטונגען אין איראַן.
ווי אַן אויסבײַט, וועט איראַן באַפֿרײַט ווערן פֿון געוויסע סאַנקציעס מצד די פֿאַראייניקטע שטאַטן און דער „יו־ען‟. וואָס מער שריט איראַן וועט אָננעמען צו באַפֿרידיקן דעם הסכּם, אַלץ מער סאַנקציעס קעגן איר וועלן אַנולירט ווערן. „אויב איראַן איז אָבער עובֿר אויפֿן הסכּם, וועט מען יענע סאַנקציעס תּיכּף צוריקברענגען,‟ האָט אָבאַמאַ געזאָגט. דער פּרעזידענט האָט נישט אָנגעגעבן וועלכע סאַנקציעס מע וועט אָפּשטעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.