„דאָס שטעטלבוך‟ פֿון אַבֿרהם רעכטמאַן האָט באַגײַסטערט דעם ישׂראל־קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי צו שאַפֿן עטלעכע מוזיקאַלישע ווערק. ער האָט פֿון דעם בוך אויסגעקליבן 14 טעקסטן, און אָנגעשריבן צו זיי מוזיק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס: „די לעגענדע וועגן ר‘ ישׂראל, וועלכער איז געשטאָרבן בײַם לעבן‟, איז אַ ווערק פֿאַר אַ רעציטאַטאָר, פֿידל און פֿאָרטעפּיאַנע; דאָס צווייטע פֿאָרטעפּיאַנע־ווערק איז געווידמעט דעם יום־טובֿ פּורים; ווײַטער איז געקומען די טראַגישע קאַמער־אָפּערע „חיים, חיהס זון‟, און אָט נישט לאַנג צוריק איז אינעם „לייוויק־הויז‟ אויפֿגעפֿירט געוואָרן די צווייטע קאַמער־אָפּערע „חתן־כּלה פֿון נעמיראָוו‟.
ווי אויך דער מחבר פֿונעם ליברעטאָ, האָט גלאַי אָנגעשריבן די דיאַלאָגן, אַנטוויקלט דעם אינהאַלט פֿון דער קליינער געשיכטע, און בולט קעגנגעשטעלט די צוויי הויפּט־קראַפֿטן — די ראָמאַנטישע ליבע פֿונעם ייִדישן פּאָרל און די פֿאַנאַטישע שׂינאה פֿון כמעצניצקיס קאַזאַקן. צוליב דעם נוצט דער קאָמפּאָזיטאָר אויס די טראַדיציאָנעלע שיטה פֿון לײַטמאָטיוון, וואָס שנײַדן דורך דאָס גאַנצע ווערק.
די ליבע־טעמע ווערט אויסגעשפּילט אויפֿן פֿידל, די באַליבסטע כּלי בײַ ייִדן; און די טעמע פֿון די קאַזאַקן דריקט זיך אויס דורך די טרוקענע און קאַלטע קלאַנגען פֿון די שלאָג־אינסטרומענטן און דער פֿאָרטעפּיאַנע.
די מוזיקאַלישע שפּראַך פֿון דער אָפּערע איז סײַ מאָדערניסטיש, סײַ געטרײַ דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר און טראַדיציע. אַזוי, למשל, הייבט זיך די אָפּערע אָן און פֿאַרענדיקט זיך מיט די ווערטער „שמע־ישׂראל‟; די מוזיקאַלישע פּאַרטיעס פֿון די זינגער, ווי אויך אַ סך מוזיקאַלישע עפּיזאָדן זײַנען געבויט אויף די ייִדישע אינטאָנאַציעס. מע דאַרף זאָגן, אַז די מוזיקאַלישע שפּראַך פֿון די וואָקאַל־פּאַרטיעס איז גאָר נישט קיין פּשוטע, און עס קומט אַ גרויסער יישר־כּוח די זינגערס, וואָס האָבן במשך פֿון אַ קורצן טערמין אַזוי גוט און פּינקטלעך אויסגעפֿירט זייערע ראָלעס, בפֿרט אין ייִדיש, אַ נײַע שפּראַך פֿאַר זיי.
עטלעכע ווערטער וועגן די זינגער. קודם־כּל, וויל איך אָנרופֿן די סאָפּראַנע נאַטאַליאַ דיגאָרע, אַ גראַדואַנטקע פֿון דער מאָלדאַווישער מוזיק־אַקאַדעמיע, זינגט זי די הויפּט־פּאַרטיע, די כּלה. די לעצטע יאָרן אַרבעט נאַטאַליאַ אין דער ישׂראל־אָפּערע און האָט נאָך מער פֿאַרבעסערט איר מײַסטערשאַפֿט סײַ וואָקאַליש און סײַ אַרטיסטיש. איר שטים קלינגט אין אַלע רעגיסטרען פֿול און פֿילפֿאַרביק. די גאַנצע אָפּערע פֿירט זי דורך אויף אַ הויכן עמאָציאָנעלן גראַד, מיט כּסדרדיקע באַוועגונגען, טאַנצט מיט איר פּאַרטנער — אַ פּראָפֿעסיאָנעלער טענצער, וואָס שפּילט די ראָלע פֿונעם חתן.
דער זינגער פּיאָטר פּריווין (טענאָר) און די זינגערין וועראַ באַרזילײַ (מעצאָ־סאָפּראַנע) געפֿינען זיך טאַקע אויף דער בינע, נאָר זיי באַטייליקן זיך נישט אַקטיוו אינעם סוזשעט. זיי זיצן אין די קאָנצערט־קאָסטיומען און שטייען אויף בלויז ווען זיי דאַרפֿן זינגען. דער באַריטאָן פֿון טאַשקענט, גבֿריאל יאַקובאָוו, האָט פֿאַרענדיקט די קאָנסערוואַטאָריע אין סאַנקט־פּעטערבורג און עטלעכע יאָר געזונגען אינעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַן־אָפּערע‟. אין גלאַיס אָפּערע שאַפֿט ער מיט וואָקאַל־מיטלען אַ סימבאָלישע געשטאַלט פֿון די אַכזריותדיקע קאַזאַקן.
אַ באַזונדערס וואָרט וויל זיך זאָגן וועגן דעם אַקטיאָר, וואָס שפּילט דעם חתן. מיכאל שנײַדער איז דערצויגן געוואָרן אין דער ירושלימער מוזיק־אַקאַדעמיע. ווי געזאָגט, טאַנצט ער אין דער אָפּערע, נישט ער זינגט, ווי עס פֿירט זיך, און אַזאַ אומגעוויינטלעכער באַנעם פֿון דער געשטאַלט, ברענגט אַרײַן אַן אָריגינעלע שאַפֿערישע כאַראַקטעריסטיק — צו „רעדן‟ מיט זײַן כּלה אויף דער שפּראַך פֿון פּלאַסטיק, זשעסט און מימיק, ווי דער חתן וואָלט שוין קיין ווערטער נישט געהאַט, אויסצודריקן פֿאַר דער כּלה זײַנע געפֿילן.
עטלעכע ווערטער וועגן די מוזיקער, וועלכע האָבן מיטן לעבעדיקן קלאַנג פֿון זייערע כּלים דערמעגלעכט צו הערן גלאַיס פּאַרטיטורע. דאָס איז דער פֿידלער דניאל האָפֿמאַן פֿון אַמעריקע, דער טאַלאַנטירטער קלאַרנעטיסט פֿון איטאַליע עמית אַריאלי און דער טשעליסט אַלכּסנדר דולאָוו פֿון מינסק, דער פּײַקלער פֿון בראַזיל דניאל רינג און די פּיאַניסטיקע אַסיאַ לאָקשין פֿון טאַשקענט. אָט אַזאַ מין געאָגראַפֿיש־צעשפּרייטער אַנסאַמבל פֿון נײַע עולים, מיט וועלכע ס‘האָט אָנגעפֿירט די דיריגענטקע רחל גלאַי, וואָס האָט געהאַלטן אין אירע הענט דעם נערוו און ריטעם פֿון דער אויפֿפֿירונג.
און צום סוף, וועגן דער רעזשיסאָרין טל שוחר. פֿול מיט שאַפֿערישע אײַנפֿאַלן און פֿאַנטאַזיע, האָט זי צעטיילט דעם סצענישן רוים אויף דרײַ טיילן — די בינע, זאַל, און באַלקאָן, פֿון וועלכן עס האָבן זיך געהערט די בייזע אויסגעשרייען פֿון די קאַזאַקן. באַזונדערס האָט זיך איר און דער קינסטלערין אַסיאַ נעלען אײַנגעגעבן איבערצוגעבן מיט ליכטבילדער אויף דער הינטערשטער בינע־וואַנט (דעקאָראַציעס האָבן אויסגעפֿעלט) פֿון אוקראַיִנישע פּייסאַזשן און די נעמיראָווער שיל.
מע דאַרף זאָגן, אַז דאָס שאַפֿן אַן אָפּערע אויף ייִדיש, באַזירט אויף דער ייִדישער געשיכטע, איז אַ זעלטענע דערשײַנונג, און נישט נאָר אויף דער ייִדישער גאַס אין ישׂארל. דאָס טאַלאַנטירטע מוזיקאַלשע ווערק „חתן־כּלה פֿון נעמיראָוו‟ קאָן זײַן אַן אינספּיראַציע פֿאַר אַ סך אַנדערע קאָמפּאָזיטאָרן זיך צו ווענדן אין זייערע מוזיקאַלישע ווערק צום ייִדישן ליטעראַרישן מקור. לאָמיר האָפֿן, אַז גלאַיס אָפּערע איז באַשערט אַ לאַנג לעבן אויף דער בינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.