אַז אונדזער ייִדיש איז הײַנט אַ סך אָרעמער ווי אַ מאָל, וועט קיינער נישט לייקענען. מע דאַרף בלויז בלעטערן אַ ייִדישן ראָמאַן, וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער מלחמה: אויף יעדן זײַטל געפֿינט מען ווערטער, וואָס מע פֿאַרשטייט זיי הײַנט ניט. אונדזער ייִדיש איז צוויי מאָל אָרעמער: ערשטנס, ווײַל די שפּראַך איז געוואָרן זייער וואַסערדיק דאָ אין אַמעריקע; מע האָט גלײַך גענומען רעדן און שרײַבן אויף אַ מער פּשוטן אופֿן, אַרויסגעוואָרפֿן די שווערע ווערטער, די לאָקאַלע און דיאַלעקט־ווערטער, כּדי אַלע ייִדן זאָלן פֿאַרשטיין — און קויפֿן די צײַטונג.
צווייטנס, ווײַל דער אַלטער דור, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן מיט אַ רײַכן ייִדיש אין מיזרח־אייראָפּע, איז הײַנט כּמעט ניטאָ, און דער יונגער דור, אַפֿילו בײַ די חסידים, רעדט ניט אַזוי געשמאַק ווי דער אַלטער. ס׳איז כּמעט ניט פֿאַרבליבן בײַ וועמען צו הערן אַן אויטענטישן ייִדיש מיט אַלע קנייטשן, אָדער צו פֿרעגן וועגן די אַלע שווערע ווערטער. אַפֿילו אַז מע געפֿינט זיי אין אַ ווערטערבוך פֿון ווײַסרוסיש אָדער אוקראַיִניש, אָדער אַן אַנדער שפּראַך, ווייסט מען נאָך ניט אויף זיכער, ווי ייִדן האָבן זיי אַרויסגערעדט, און וואָס איז געווען דער פּינקטלעכער באַטײַט. אַפֿילו אויב מע געפֿינט די ווערטער אין אַ ייִדישן ווערטערבוך, איז די אינפֿאָרמאַציע אָפֿט זייער קנאַפּ.
צום גליק, האָבן די לינגוויסטן פֿון ייִוואָ מיט איבער אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק פֿאָראויסגעזען אונדזער אומגליק. האָבן זיי אײַנגעזאַמלט וויפֿל ווערטער זיי האָבן נאָר געקענט פֿון די אַלטע דיאַלעקטן און ריידענישן, און אויך רעקאָרדירט לאַנגע אינטערוויוען מיט די אַלטע ייִדן, קענער פֿון אונדזערע דיאַלעקטן. דער וויכטיקסטער פּראָיעקט פֿון דעם מין, מיט די גרעסטע אַמביציעס אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, איז געווען דער „ייִדישער שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟, געשאַפֿן פֿון אוריאל ווײַנרײַך, דער ערשטער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר אין קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט.
פֿאַקטיש האָט א. ווײַנרײַך אָנגעהויבן פּלאַנירן דעם אַטלאַס־פּראָיעקט נאָך ווי אַ דאָקטאָראַנט — ער האָט שטודירט איין יאָר אין דער שווייץ, וווּ ער האָט זיך געלערנט בײַם שווייצער־דײַטשן דיאַלעקט־אַטלאַס. דאָרט האָט ער געמאַכט זײַנע ערשטע אינטערוויוען מיט אַלטע ייִדן, וואָס האָבן געקענט די מערבֿ־ייִדישע דיאַלעקטן. אָבער דער פּראָיעקט האָט זיך באמת ערשט אָנגעהויבן אין 1959, ווען א. ווײַנרײַך האָט באַקומען אַ סובווענץ, און ער איז אַוועקגעפֿאָרן אויף אַ שמיטה־יאָר קיין ישׂראל.
מיט אַ פֿרעגבויגן פֿון 220 זײַטן, מיט פֿראַגעס וועגן כּלערליי לינגוויסטישע און פֿאָלקלאָריסטישע ענינים, האָט ווײַנרײַכס אַן אינטערוויו אָפֿט געדויערט 10־15 שעה. די אַרבעט איז געווען אַ ריזיקע: קודם־כּל, געפֿינען די אַלע אינפֿאָרמאַנטן פֿון יעדן ווינקל אין מיזרח־אייראָפּע — בסך־הכּל, איבער 600; מאַכן מיט זיי דעם אינטערוויו און פֿאַרשרײַבן די ענטפֿערס; צוהערן זיך צו דער רעקאָרדירונג, כּדי צו קאָנטראָלירן וואָס מע האָט פֿאַרשריבן; און בלויז צום סוף, פֿאַרצייכענען די ענטפֿערס אויף מאַפּעס און זיי אַנאַליזירן.
כּדי צו העלפֿן מיט דער אַרבעט, האָט א. ווײַנרײַך צוגעצויגן אַנדערע פֿאָרשער און סטודענטן, דער עיקר, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס איז געווען דער הויפּט־אינטערוויויִרער און איז אַרומגעפֿאָרן איבער צפֿון־אַמעריקע זוכנדיק די אינפֿאָרמאַנטן; און ד״ר מיכל הערצאָג, וואָס האָט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט בײַ ווײַנרײַכן און האָט איבערגענומען דעם פּראָיעקט נאָך זײַן טויט אין 1967.
מיט אַזוי פֿיל אינפֿאָרמאַציע צו פֿאַשרײַבן און צו אַנאַליזירן — 5700 שעה פֿון רעקאָרדירטע אינטערוויוען און 140,000 זײַטלעך מיט ענטפֿערס — איז די אַרבעט אָנגעגאַנגען פּאַמעלעך, אַפֿילו מיט דער הילף פֿון עטלעכע דורות קאָלאָמביע־גראַדויִר־סטודענטן. ערשט אין די 1990ער יאָרן זײַנען אַרויס די ערשטע דרײַ בענד פֿונעם אַטלאַס, אונטער הערצאָגס רעדאַקציע. אָבער ניט געקוקט אויפֿן גרויסן אויפֿטו, שפּיגלען די געדרוקטע בענד אָפּ בלויז אַ קליינעם חלק פֿונעם ריזיקן סכום אינפֿאָרמאַציע, וואָס איז דאָ אינעם אַטלאַס־אַרכיוו.
אַ דאַנק דער אינטערנעץ, זײַנען אויפֿגעקומען נײַע מעגלעכקייטן, ווי אַזוי צוטריטלעך צו מאַכן די אינפֿאָרמאַציע. דורך אַ סובווענץ פֿון דעם נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד (NEH) האָט קאָלאָמביע געקענט דיגיטיזירן די רעקאָרדירונגען, וואָס די אַלטע טאַשמעס זײַנען געווען אין אַ סכּנה קאַליע צו ווערן. מיט צען יאָר צוריק האָט מען אַרויפֿגעשטעלט אַלע רעקאָרדירונגען אויפֿן וועבזײַטל „עדות‟ eydes.de, וווּ יעדער איינער קען זיי הערן — גאַנצע 5700 שעה! ס׳איז ממש אַ נס פֿון דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע.
פֿון דעסטוועגן, קען מען ניט זאָגן, אַז דערמיט האָט מען געלייזט די פּראָבלעם פֿון אַרויסגעבן דעם אַטלאַס. ס׳איז ניט מעגלעך זיך צוצוהערן צו אַן אינטערוויו פֿון 10־15 שעה יעדעס מאָל, וואָס מע זוכט דעם ענטפֿער אויף אַ געוויסער פֿראַגע, אָדער אויף אַ געוויסער צאָל פֿראַגעס. ס׳איז אויך ניט גרינג צו פֿאַרגלײַכן די ענטפֿערס, אַפֿילו ניט פֿון איין אָרט, שוין אָפּגערעדט פֿון ווײַטערע ערטער, אָדער פֿון אַלע צוזאַמען. איצט איז אויך פֿאַראַן עפּעס אַ טעכנישער פֿעלער מיטן וועבזײַטל, וואָס מאַכט, אַז מע זאָל קענען הערן בלויז צען סעקונדעס מיט אַ מאָל; קומט אויס, אַז מע דאַרף זיך היפּש מאַטערן מיטן קאָמפּיוטער, ביז מע הערט דעם גאַנצן אינטערוויו. אַ סך גיכער וואָלט געווען צו קוקן גלײַך אויף די ענטפֿערס, וואָס די לינגוויסטן האָבן שוין פֿאַרשריבן אין טראַנסקריפּציע — זיי האָבן דאָך געהערט די אינפֿאָרמאַנטן אַ סך קלאָרער ווי מיר קענען זיי הערן איצט פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען. אָבער די טויזנטער זײַטלעך מיט די ענטפֿערס געפֿינען זיך די לעצטע צוואַנציק יאָר אין אַ סקלאַד פֿון קאָלאָמביע־ביבליאָטעק און ס׳איז ניט גרינג צוצוקומען צו זיי.
איצט איז אָבער געשען אַ צווייטער נס: קאָלאָמביע האָט באַקומען נאָך אַ סובווענץ פֿונעם נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד, אַ סומע פֿון 150,000$, כּדי צו סקאַנירן די 140,000 זײַטלעך מיט ענטפֿערס, נאָטיצן און קאָמענטאַרן, און זיי אויך צו מאַכן צוטריטלעך פֿאַר דער וועלט. מיט די זײַטלעך וועט זײַן אָן אַ שיעור גרינגער צו אַרבעטן מיט די מאַטעריאַלן און צו געפֿינען וואָס מע זוכט, ווײַל די ענטפֿערס זײַנען דאָרט נומערירט. שפּעטער פּלאַנירט מען צו פֿאַרבינדן די געשריבענע ענטפֿערס גלײַך מיט דער רעקאָרדירונג בײַ „עדות‟ — אַזוי וועט מען קענען די ענטפֿערס גלײַכצײַטיק לייענען און הערן.
אפֿשר אַ דריטל פֿון אַלע ענטפֿערס האָט מען נאָך אין די 1960ער יאָרן אַרײַנטיפּירט אין אַ קאָמפּיוטער און אָפּגעדרוקט אויף גרויסע בויגנס פּאַפּיר, כּדי זיי בעסער צו קענען אַנאַליזירן. איצט וועט מען סקאַנירן די דאָזיקע געדרוקטע בויגנס און זיי „לייענען‟ מיט דער נײַער OCR־טעכנאָלאָגיע, כּדי מע זאָל זיי קענען גלײַך דורכזוכן — אַ גרויס געווינס פֿאַר דער פֿאָרשונג. אַזוי וועט מען כאָטש פֿון אַ דריטל פֿון די ענטפֿערס קענען שאַפֿן נײַע מאַפּעס אויטאָמאַטיש.
ס’איז שווער איבערצושאַצן דעם ווערט פֿון די אַטלאַס־אינטערוויוען: זיי זײַנען די בעסטע און די לעצטע עדות פֿונעם ייִדיש, וואָס ייִדן האָבן גערעדט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה אין די אַלע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע. אין די ביכער און זשורנאַלן געפֿינט מען, געוויינטלעך, נאָר דאָס ליטעראַרישע און צײַטונג־לשון — עס קען זײַן קינסטלעריש ראַפֿינירט, אָבער עס שפּיגלט ניט אָפּ ווי ס׳רובֿ ייִדן האָבן טאַקע גערעדט.
איין צרה מיט די אינטערוויוען איז — זיי זײַנען זייער לאַנג, זייער פּאַמעלעך, און אָפֿט ניט פֿאַרכאַפּנדיק־אינטערעסאַנט פֿאַרן צוהערער. אָבער ס׳איז פֿאַראַן אַ צאָל אויסנאַמען, אינטערוויוען, וואָס ס‘איז זיי טשיקאַווע צו הערן אַפֿילו פֿאַרן געוויינטלעכן לייענער. אינעם אינטערוויו פֿאַרן בוקאָווינער שטעטל זוויניעטשקע, למשל, שמועסט מרדכי שעכטער מיט זײַן אייגענער מאַמען, ליפֿשע ווידמאַן־שעכטער — כּמעט דרײַצן שעה:
//eydes.de/Usr4125C2AFFC/index/li/li-109.html
ניט נאָר זי דערציילט אַ סך אינטערעסאַנטע פּרטים וועגן איר אייגן לעבן און לשון (וואָס דער לייענער וועט אפֿשר דערקענען פֿון אירע זכרונות „דורכגעלעבט אַ וועלט‟), נאָר זי זינגט אויך, צום סוף, אַ סך לידער.
מע קען הערן אַן אינטערוויו, וואָס מאַקס ווײַנרײַך האָט געמאַכט (אויף דײַטש) מיט אַרטור ציווי, אַן אַלטער ייִד פֿון עלזאַס, וואָס איז געווען איינער פֿון די לעצטע גוטע קענער פֿונעם אונטערגעגאַנגענעם מערבֿ־ייִדיש:
//eydes.de/Usr4125C2AFFC/index/li/li-024.html
ציווי זינגט דאָרט אַ מערבֿ־ייִדיש ליד פֿון אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס ער האָט אויפֿגעפֿירט אין 1897 בײַם ערשטן ציוניסטישן וועלטקאָנגרעס אין באַזל (אַ ביסל קען מען הערן אין די מינוטן 15 און 16).
אפֿשר איז אויך כּדאַי צו הערן אַן אינטערוויו מיט אַן אונגערישן ייִד פֿונעם שטעטל בערעטיאָוּיפֿאַלו — ער רעדט אויך מערבֿ־ייִדיש, אָבער ס׳איז גרינגער צו פֿאַרשטיין, אַ סך נעענטער צו אונדזער לשון:
//eydes.de/Usr4125C2AFFC/index/li/li-036.html
זײַן דיאַלעקט איז פֿול מיט מאָדנע וואָקאַלן — „פֿלאַאַש מיט באַאַנער‟ (פֿלייש מיט ביינער), און דערצו איז דער קלאַנג /u/ בײַ אים געוואָרן ניט /i/, ווי בײַ די פּוילישע ייִדן, נאָר /ü/. מסתּמא האָבן די פּוילישע ייִדן אויך גערעדט אַזוי מיט הונדערטער יאָרן צוריק.
דער לייענער וויל אפֿשר פֿרעגן: נו, און וואָס גייט עס מיר אָן? איך וויל ניט לייענען קיין לינגוויסטישע טראַנסקריפּציעס אָדער קוקן אויף מאַפּעס, כּדי צו זען ווי דער קלאַנג /u/ איז געוואָרן /i/ אאַז”וו — וואָס וועל איך האָבן פֿון דעם? איז דער ענטפֿער, אַז דער דאָזיקער פּראָיעקט צו סקאַנירן דעם אַטלאַס־אַרכיוו איז דער וויכטיקסטער שטאַפּל אויפֿן וועג צו פֿאַרעפֿנטלעכן און צו פּאָפּולאַריזירן די אינפֿאָרמאַציע אויף אַ ברייטן אופֿן.
עס וועט זײַן מעגלעך, למשל, צוצוגעבן דעם קלאַנג מיט דער טראַנסקריפּציע, קאָמענטאַרן, און מאַפּעס צו אַן דיגיטאַלישן ווערטערבוך. אַז מע וועט לייענען יענעם ראָמאַן פֿון פֿאַר דער מלחמה און געפֿינען אַ וואָרט, וואָס מע פֿאַרשטייט ניט — ניט קיין זעלטנקייט — וועט מען אַ זוך טאָן אויף „גוגל‟ און גלײַך געפֿינען די דעפֿיניציע, די פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן, ווי אַזוי דאָס וואָרט ווערט געשריבן און אַרויסגערעדט אין די באַזונדערע דיאַלעקטן — מיטן קלאַנג פֿון די רעקאָרדירונגען; מע וועט זען אַ קליינע מאַפּע פֿונעם וואָרט, וווּ מע האָט עס געניצט און וווּ — אַן אַנדער וואָרט. בקיצור, דער אַטלאַס קען זײַן ניט בלויז אַ ספּעציאַליזירטער מכשיר פֿאַר לינגוויסטן, נאָר אויך אַן אוצר פֿון אינפֿאָרמאַציע צו העלפֿן יעדן איינעם בעסער צו פֿאַרשטיין וואָס ער הערט און וואָס ער לייענט — אַפֿילו פֿאַר סטודענטן אָנהייבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.