ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published April 06, 2015, issue of May 01, 2015.

סעם נאָריך צו גאַסט אין מעלבורן

סעם נאָריך, דער „פֿאָרװערטס‟־פֿאַרװאַלטער, איז געקומען צו גאַסט קײן אױסטראַליע. ער האָט געהאַלטן אײן רעפֿעראַט בײַם אױסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציװיליזאַציע פֿאַר פּסח, װוּ ער האָט גערעדט װעגן דעם עתיד און װעגן דער צוקונפֿט פֿונעם „פֿאָרװערטס‟. ער האָט אױך געהאַלטן דעם „באָנאָ װינער אָנדענק־רעפֿעראַט‟ בײַם מעלבורנער בונד אױף דער טעמע „מדינת־ישׂראל דורך די אױגן פֿון אַמעריקאַנער ייִדן‟.

פּסח אין באַלאַראַט

די אַלטע שיל אין באַלאַראַט, אַ שטאָט בײַ די גאָלד־גריבער, װאָס געפֿינט זיך אַ צװײ שעה אױף צפֿון פֿון מעלבורן, װעט זײַן אָפֿן פּסח פֿאַר מתפּללים. די שיל איז אױפֿגעבױט געװאָרן מיט העכער 150 יאָר צוריק. זי איז אײנע פֿון די עלטסטע שיל־געבײַדעס אין לאַנד. אַלכּסנדר ראַנאָשי געשטאָרבן

אַלכּסנדר ראַנאָשי (געבורט־נאָמען רובין) איז געשטאָרבן. ער איז געװען, צוערשט, דער װיצע־פֿאַרװאַלטער און דערנאָך דער פֿאַרװאַלטער פֿון דער גרעסטער ייִדישער טאָגשול אין דער דרומדיקער האַלב־װעלט, דעם מעלבורנער „הר־הצופֿים קאָלעדזש‟, צװישן 1971-1985. ער איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון 97 יאָר. „עק װעלט‟ אין ניו-יאָרק

די פּיעסע „עק װעלט‟, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן אין מעלבורן און פּרעמירט דאָ אין 2012, איז אױך געשפּילט געװאָרן בײַם מאָנטרעאַלער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישן טעאַטער. איצט װעט די פּיעסע געשפּילט װערן אין ניו־יאָרק בײַם אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן פֿעסטיװאַל אין חודש יוני. די מוזיקאַלישע פּיעסע דערצײלט װעגן דער געשיכטע פֿון ייִדן אין מעלבורן. די פּיעסע װעט געשפּילט װערן פֿון דער אױסטראַלישער שױשפּילערין עװילין קרײפּ.

מײַקל װעקס אין מעלבורן

דער קאַנאַדער אַקאַדעמיקער און שױשפּילער מײַקל װעקס קומט צו גאַסט קײן אױסטראַליע אױף צװײ װאָכן אין חודש מײַ. ער װעט זײַן דער גאַסט־רעדנער בײַם הײַיאָריקן ייִדיש סוף־װאָך אױסטראַליע, װאָס קומט פֿאָר אין די בערג לעבן מעלבורן. װעקס װעט דערצו אױפֿטרעטן דרײַ מאָל אין מעלבורן, דרײַ מאָל אין סידנעי און אײן מאָל אין אַדעלײד.

ערני גרונער
ערני גרונער

נײַע ספֿרדישע קאַפּעליע

דער מעלבורנער קלעזמער ערני גרונער האָט געמאָלדן, אַז ער שאַפֿט אַ נײַע ספֿרדישע קאַפּעליע, װאָס װעט הײסן „סאַרײַ אילומינאַדאָ‟ (דער אילומינירטער פּאַלאַץ). איר ערשטער קאָנצערט װעט אָפּשפּיגלען ספֿרדישע מוזיק, װי אױך די מוזיק פֿון די באַלקאַנישע לענדער.

מעלבורנער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישער מוזיק

דער „שיר מעדנעס‟־פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישער מוזיק װעט האָבן זײַן מעלבורנער דעביוט אין חודש סעפּטעמבער. דער פֿעסטיװאַל קומט פֿאָר אין סידנעי זינט 2010. 30 גרופּעס װעלן פֿאָרשטעלן אױף פֿינף בינעס במשך פֿון נײַן שעה. דער עולם װעט קענען זיך צוהערן צו קלעזמער־מוזיק, ייִדישע לידער, חזנות, דזשעז און עלעקטראָנישע טאַנץ־מוזיק.

נײַער פּרעזידענט פֿאַרן „ועד הרבנים‟ פֿון אָסטראַלאַזיע

דער נײַער „ועד הרבנים‟ פֿון אָסטראַלאַזיע (אױסטראַליע און נײַ־זעלאַנד), װאָס איז געגרינדעט געװאָרן אין פֿעברואַר 2015, װעט האָבן אַ נײַעם פּרעזידענט, אָנהײבנדיק אין חודש יוני, װען דער איצטיקער פּרעזידענט, הרבֿ סעלװין פֿרענקלין (סידנעי) װעט רעזיגנירן פֿון דעם אַמט. הרבֿ פֿרענקלין איז אױך דער װיצע־פּרעזידענט פֿונעם „הועד הכּשרת‟ פֿון ניו־סאַוט װײלס, און עס איז געװאָרן קלאָר, אַז דער עולם האָט נישט געװאָלט, אַז דער זעלבער מענטש, װער ער זאָל נישט זײַן, זאָל פֿאַרנעמען בײדע אַמטן מיט אַ מאָל. די מעלדונג איז געקומען פֿונעם „ועד הרבנים‟.

נאָך אַ סיכסוך בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה

לערערס בײַ דער מעלבורנער ישיבֿה האָבן געמאָלדן, אַז זײ זײַנען גרײט אַפֿילו אַרױסצוגײן אין שטרײַק, כּדי אונטערצושטיצן דעם פֿאַרװאַלטער פֿון דער ייִנגל־שול, הרבֿ יהושע שמוקלער. זײ זאָרגן זיך, אַז דער צוגאַנג פֿון דער טאָגשול־פֿאַרװאַלטונג שטיצט ניט אונטער דעם פֿאַרװאַלטערס פּאָזיציע, װאָס פֿאָדערט מער דורכזיכטיקײט בײַ דער אָנפֿירונג פֿון דער אינסטיטוציע אין ליכט פֿון דער אינפֿאָרמאַציע, װאָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן בײַ דער קיניגלעכער קאָמיסיע אױסצופֿאָרשן דעם צוגאַנג פֿון אינסטיטוציעס, װוּ סעקסועלע פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געװאָרן קעגן אַ טײל פֿון די קינדער אין זײער רשות. אײן גרופּע עלטערן האָט פֿאָרגעלײגט, אַז אַלע עלטערן זאָלן אױפֿהערן צאָלן שׂכר־לימוד ביז דער ענין װעט דערלײדיקט װערן. הרבֿ שמוקלער האָט נישט געװאָלט מאַכן קײן אינטערװיו מיט דער לאָקאַלער ייִדישער װאָכנשריפֿט װעגן דעם סיכסוך, און די טאָגשול־פֿאַרװאַלטונג האָט זיך אָפּגעזאָגט צו רעדן מיט דער פּרעסע.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.