מאַן אַרעסטירט צוליב אַטאַק אויף באָסנישן ייִדישן פֿירער

Arrest Made in Attack on Bosnian Jewish Leader

אלי טאַובער, נאָכן אַטאַק
//www.slobodna-bosna.ba
אלי טאַובער, נאָכן אַטאַק

פֿון ייִט״אַ

Published April 07, 2015, issue of May 01, 2015.

אַ מאַן איז אַרעסטירט געוואָרן אין שײַכות מיטן אַטאַק אויפֿן באָסנישן ייִדישן כּלל־טוער, אלי טאַובער.

טאַובער איז געזעסן אין אַ קאַפֿע אין צענטער שטאָט, און געהאַלטן אין מיטן געבן אַן אינטערוויו פֿאַר עטלעכע זשורנאַליסטן פֿונעם זשורנאַל National Geographic וועגן דעם סטאַטוס פֿון ייִדן אין באָסניע און הערצעגאָווינע, ווען אַ מאַן מיט אַ שווערער קייט אין די הענט האָט געוואָרפֿן די קייט אויף טאַובער, פֿאַר אַ סך עדות. דער אַטאַק, וואָס איז פֿאַרשפּרייט געוואָרן איבער דער באָסנישער מעדיע, איז פֿאָרגעקומען דעם 21סטן מאַרץ.

די סיבה פֿונעם אַטאַק האָט מען נאָך נישט פּובליקירט, אָבער די אָרטיקע מעדיאַ האָט אַ סך געשריבן וועגן דעם, אויס זאָרג, אַז טאַובער איז באַפֿאַלן געוואָרן, ווײַל ער איז אַ פּראָמינענטער מיטגליד פֿון דער ייִדישער קהילה.

„אויב מע האָט אים אַטאַקירט, ווײַל ער איז אַ ייִד און ווײַל ער דינט ווי אַ ייִדישער פֿירער, איז עס אַ שלעכטער סימן סײַ פֿאַר סאַראַיעוואָ, סײַ פֿאַר באָסניע און הערצעגאָווינע,‟ האָט יאַקאָב פֿינסי, דער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה פֿון באָסניע און הערצעגאָווינע, איבערגעגעבן דער צײַטונג, //dalje.com.

פֿינסי האָט צוגעגעבן, אַז דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל אין 70 יאָר, אַז מע האָט אַטאַקירט אַ ייִד אין סאַראַיעוואָ. טאַובער זאָגט, אַז דער אַטאַקירער, אַכמעט פֿאָטשאַק, האָט זיכער בדעה געהאַט אים צו דערהרגענען.

טאַובער האָט לעצטנס געגרינדעט אַ פֿונדאַציע צו פֿאַרשפּרייטן די ייִדישע קולטור אין באָסניע און הערצעגאָווינע, און ער פּריידיקט, אַז מע זאָל עפֿנטלעך דערציילן וועגן די ליידן פֿון די אײַנוווינער פֿון סאַראַיעוואָ בעת דער מלחמה צווישן באָסניע און הערצעגאָווינע אין די יאָרן 1992—1995.