(די 2 טע זײַט פֿון 2)
KAZIMIERZ — אַזוי הייסט די קאַפּעליע, וואָס שפּילט דעם חודש אינעם ייִדישן גאַליצישן מוזיי אין קראָקע. די קאַפּעליע שפּילט דאָס רובֿ אייגענע ניגונים, וואָס מיינט, אַליין אָנגעשריבענע; און ניגונים, מיינט רוחניותדיקע מעלאָדיעס, אָן ווערטער. די גרופּע איז דערפֿאַר אפֿשר מער טשיקאַווע ווי אַ סך אַנדערע כּלי-זמר־גרופּעס, ווײַל זי חזרט נישט איבער באַקאַנטע ייִדישע לידער, נאָר זי שאַפֿט אַ נײַעם רעפּערטואַר.
פֿאַרשטייט זיך, אַז KAZIMIERZ איז דער פּוילישער נאָמען פֿאַרן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון קראָקע, וווּ סע געפֿינט זיך אויך דער ייִדישער גאַליצישער מוזיי. אפֿשר איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אינעם מוזיי קען מען זען אַן אויסשטעלונג וועגן דער ייִדישער גאַליציע — אַמאָל און הײַנט. הײַנט זענען געבליבן דאָס רובֿ נאָר רויִנען פֿון שילן און בית־עולמס; עטלעכע פֿון זיי זענען טרויעריק שיין. די אויסשטעלונג הייסט טאַקע „דאָס ייִדישע לעבן אין רויִנען‟.
אין דער צווייטער סעקציע פֿון דער אויסשטעלונג קען מען זען פֿאַרשיידענע אָביעקטן פֿון די אַמאָליקע ייִדישע שטעט און שטעטלעך.
די דריטע סעקציע פֿאַרנעמט זיך מיטן חורבן, און די פֿערטע איז געווידמעט דעם זכּרון און די פֿאַרשיידענע אופֿנים פֿון פֿאַראייביקן דעם ייִדישן גאַליצישן עבֿר.
די תּלמידים פֿונעם פֿאָלקס־אוניווערסיטעט בײַ דער שלום־פֿונדאַציע האָבן געפּראַוועט אַ כּמו-סדר. אַ תּלמיד, וואָס לערנט זיך שוין דאָס צווייטע יאָר העברעיִש, האָט געלייענט ווי אַ וואַסער „אחד מי יודע‟, און אַ צווייטע תּלמידה האָט עס גלײַך איבערגעזעצט אויף פּויליש. אַזוי ווי דער אוניווערסיטעט האָט אַ וואַרשטאַט פֿאַר ייִדישע מאכלים, האָבן די תּלמידים געקאָנט עסן אמתדיקע פּסחדיקע מאכלים, געמאַכט אַליין; למשל, אַ ראָסל מיט מצה־קניידלעך.
די טישן זענען געווען באַדעקט מיט יום-טובֿדיקע ווײַסע טישטעכער, און געטרונקען האָט מען די פֿיר כּוסות ווי סע דאַרף צו זײַן. הייסט עס, אַז די שלום־פֿונדאַציע לערנט וואָס איז אַזוינס ייִדישע קולטור און טראַדיציע נישט נאָר טעאָרעטיש, נאָר דורך מעשׂים אויך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.