דעם 31סטן מאַרץ איז אין קאַרנעגי־האָל פֿאָרגעקומען אַ קאָנצערט לכּבֿוד דעם הונדערט־יאָריקן יובֿל פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟, אונטער דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון הענקוס נעצקי. אױפֿן קאָנצערט האָט געשפּילט דער װעלט־באַרימטער פֿידלער יצחק פּערלמאַן, אַקאָמפּאַנירט פֿון די כּלי־זמרים לאָרין סקלאַמבערג, מײשקע אַלפּערט, פֿרענק לאָנדאָן, אַלען בערן און קורט ביאָרלינג, צװישן אַנדערע. געשלאָסן האָט מען דעם אָװנט מיטן לעבעדיקן ליד „אַלע ברידער“, געזונגען פֿון אַ גרופּע תּלמידים, מערסטנס, פֿון די פּריװאַטע ייִדישע און נישט־ייִדישע טאָגשולן.
אינעם קינדערכאָר האָבן זיך אױך באַטײליקט דרײַצן תּלמידים פֿון דער „מיזרח־מערבֿ־שול פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע לימודים“, אַן עפֿנטלעכע מיטלשול און אונטערמיטלשול אין פֿלאָשינג, קװינס. איר נאָמען שטאַמט פֿון דעם, װאָס מע לערנט דאָרט שפּראַכקורסן אין כינעזיש, יאַפּאַניש און קאָרעיִש — ממש אַ זעלטנקײט אין דער ניו־יאָרקער פֿאָלקשול־סיסטעם. די מיזרח־מערבֿ־שול איז אױך אַן אױסנאַם צוליב אַנדערע סיבות: נישט געקוקט אױף דער גרױסער אָרעמקײט אין דער באַפֿעלקערונג (66 פּראָצענט פֿון די תּלמידים קריגן מיטאָג בחינם), גראַדויִרן און לערנען זיך װײַטער אין אוניװערסיטעט די גרעסטע מערהײט תּלמידים — 80 פּראָצענט, בשעת דער דורכשניט אין שטאָט ניו־יאָרק איז בלױז 51 פּראָצענט. 96 פּראָצענט פֿון די תּלמידים שטאַמען פֿון עטנישע מינאָריטעטן.
װי אַזױ זשע האָט זיך די מיזרח־מערבֿ־שול אַרײַנגעמישט אין דער גרױסער פֿײַערונג פֿונעם ייִדישן טעאַטער? אין זײער אַ גרױסער מאָס איז דאָס געװען די איניציאַטיװ פֿון לאַריסאַ פּעטשערסקי, אַ לערערקע פֿון מאַטעמאַטיק, װיסנשאַפֿט, געשיכטע און ענגליש. אַ געבױרענע אין לענינגראַד (פּעטערבורג), האָט זי זיך אױסגעלערנט הונדערטער ייִדישע לידער פֿון דער באָבען. זי איז געװאָרן אַ טרענירטע פֿאָלקלאָריסטקע און האָט רעדאַקטירט די ייִדישע טעקסטן פֿון אַ פֿילשפּראַכיקער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. נאָכן באַקומען אַ מאַגיסטער אין פּעדאַגאָגיק האָט זי געאַרבעט װי דער בילדונגס־דירעקטאָר פֿון „עדיין לא“ („נאָך נישט“), אַ קאָמונאַלער צענטער פֿאַר ייִדישע משפּחות אין פּעטערבורג. אין ניו־יאָרק האָט זי זיך װײַטער קאָנצענטרירט אױף ספּעציעלער פּעדאַגאָגיק און געלערנט תּלמידים מיט פֿאַרשידענע פֿיזישע און פּסיכאָלאָגישע שװעריקײטן. פֿון 1998 ביז 2006 האָט זי געלערנט אין פּריװאַטע ייִדישע שולן, זינט 2006 — אין דער עפֿנטלעכער שול־סיסטעם.
באַלד װי זי האָט זיך דערװוּסט װעגן דעם קאָנצערט לכּבֿוד דעם „פֿאָלקסבינע‟־יוביליי, האָט זי זיך פֿאַרבונדן מיט זלמן מלאָטעק און אים פֿאָרגעלייגט די באַטײליקונג פֿון אירע תּלמידים. דער דירעקטאָר פֿון איר שול, בען שערמאַן, האָט אױך פֿאַרשטאַנען, אַז די תּלמידים װאָלטן אַ סך גענאָסן פֿון פּעטשערסקיס פּראָגראַם, װאָס זי האָט אָרגאַניזירט װי אַ צוגאָבקלוב נאָכן לערנטאָג. אין משך פֿון דרײַ חדשים האָט פּעטשערסקי געלערנט מיט די קינדער, זײ זאָלן זיך באַקענען מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, נישט נאָר מיטן רעפּערטואַר, װאָס זײ װאָלטן געדאַרפֿט צוגרײטן פֿאַרן קאָנצערט. די לעקציעס האָט זי געהאַלטן װי אַ װאָלונטיר, צוזאַמען מיט דער פֿולצײַטיקער מוזיק־לערערין שׂרה מינקלער. קײן אײן אָנטײל־נעמער, אַרײַנגערעכנט די מוזיק־לערערין, איז פֿריִער נישט באַקענט געווען מיט דער ייִדישער קולטור.
אױף יעדער לעקציע האָט פּעטשערסקי געלערנט מיט די תּלמידים אײן ייִדיש פֿאָלקסליד און געגעבן זיי צו פֿאַרשטײן זײַן ברײטערן שפּראַכיקן און קולטורעלן קאָנטעקסט. למשל, אױף דער זיבעטער סעסיע האָט מען געזונגען דאָס ליד „האָבן מיר אַ ניגונדל“. פּעטשערסקי האָט געלערנט די קינדער װי מע דאַרף ריכטיק אַרױסרעדן די ייִדישע קלאַנגען, און געהאַלטן אַ לעקציע איבער די ייִדישע פֿאַרקלענער־ און צערטל־סופֿיקסן (דימינוטיװן), װאָס די תּלמידים האָבן שױן געהאַט געקענט פֿון זײערע אײגענע מוטערשפּראַכן (למשל, שפּאַניש און כינעזיש).
דעם קולטורעלן אינהאַלט האָט פּעטשערסקי באַהאַנדלט דורך פֿראַגעס, װאָס די תּלמידים אַלײן האָבן געדאַרפֿט אױף זײ ענטפֿערן: װאָס זינגט מען אין אײַער משפּחה אַרום טיש צי בײַ אַנדערע געלעגנהײטן? װאָסערע מידות און קולטורעלע װערטן האָבן אײַערע טאַטע־מאַמע געירשנט פֿון זײדע־באָבע, און װאָס װילט איר איבערגעבן אײַערע קינדער? װעלכע ניגונים געדענקט מען און פֿאַר װאָס? אין יעדער לעקציע האָט פּעטשערסקי געשטעלט דעם טראָפּ אױף פֿאַרגלײַכונגען און קולטורעלע פּאַראַלעלן.
מיט צװײ װאָכן פֿאַרן קאָנצערט איז זלמן מלאָטעק געקומען צו גאַסט אין דער מיזרח־מערבֿ־שול און האָט זיך צוגעהערט צו זײער אויסרעדן די ווערטער פֿון „אַלע ברידער“. לױט פּעטשערסקי איז „מלאָטעק געװען איבערראַשט, װאָס אונדזערע תּלמידים האָבן געקענט זינגען דאָס ליד פֿון אױסנװײניק, אַפֿילו מיט די צװײ נײַע סטראָפֿעס, װאָס די ’פֿאָלקסבינע‘ האָט געהאַט צוגעגעבן צום אָריגינאַל“. פּעטשערסקיס תּלמידים, דװקא נישט קײן ייִדישע, זענען געװען די אײנציקע, װאָס האָבן ביז דעמאָלט באַװיזן אײַנצוחזרן די װערטער.
װעגן דעם קאָנצערט האָט זי געשריבן, אַז „דער גאַנצער טאָג איז געװען אױסערגעװײנטלעך אין יעדן זין פֿון װאָרט“. די קינדער האָבן פֿאַרבראַכט מער װי זיבן שעה אין קאַרנעגי־האָל, זינגענדיק מיט די אַנדערע תּלמידים און טרעפֿנדיק זיך מיט די פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקערס. „די אונטערנעמונג האָט אָפּגעשפּיגלט די מיטאַרבעט פֿון פֿאַרשידענע ציבורים… די קינדער האָבן אַנטדעקט אַ סך ענלעכקײטן צװישן די װערטן, װאָס װערן אױסגעדריקט אין ייִדישן פֿאָלקסליד, און די װערטן פֿון זײערע קולטורן“.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.