די ייִדישע קאָנפֿערענץ „לימוד‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין ענגלאַנד, אינעם יאָר 1980. במשך פֿון דער צײַט, האָט די איניציאַטיוו זיך צעוואַקסן און האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ ריזיקער אינטערנאַציאָנלער נעץ פֿון בילדונג־אונטערנעמונגען. זי ציט צו טויזנטער פֿאַראינטערעסירטע, דער עיקר, יונגע־לײַט אין זייערע 20ער און 30ער, צו די יערלעכע צוזאַמענטרעפֿן, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אין 34 לענדער, אַרײַנגערעכנט האָנג־קאָנג, פּערו, אינדיע און מאָנטענעגראָ. די אָרגאַניזאַטאָרן באַטאָנען, אַז די קאָנפֿערענצן זענען נישט פֿאַרבונדן מיט קיין קאָנקרעטער ייִדישער דענאָמינאַציע און זענען אָפֿן פֿאַר יעדן מענטש, וואָס אינטערעסירט זיך מיט ייִדישע טעמעס.
די אָרגאַניזאַציע Limmud FSU איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2006, אויפֿן סמך פֿונעם בריטישן מאָדעל, מיטן פֿאָקוס אויף רוסיש־רעדנדיקע ייִדן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, ווי אויך זייערע קינדער און אייניקלעך. דער סטיל פֿונעם דאָזיקן צווײַג פֿון „לימוד‟ שיידט זיך ממשותדיק אונטער פֿון דער אַלגעמיינער מערבֿדיקער קאָנפֿערענץ־נעץ. אַ באַזונדערער טראָפּ ווערט געשטעלט אויף דער סאָוועטישער געשיכטע, אַנטיסעמיטיזם אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אַנדערע טעמעס, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן לעבן אין די געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן. דער רוסישער פֿליגל פֿונעם „לימוד‟ ווערט ווײַטער צעטיילט אויף אַ ריי פּראָיעקטן; די אונטערנעמונגען ווערן דורכגעפֿירט אין ווײַסרוסלאַנד, אוקראַיִנע, ישׂראל, קאַנאַדע, ניו־יאָרק און, אַוודאי, רוסלאַנד — דער עיקר, אין מאָסקווע און פּעטערבורג.
הײַיאָר, האָט מען מיך פּלוצעם פֿאַרבעטן אויפֿצוטרעטן אויף דעם אַמעריקאַנער צווײַג פֿונעם פּאָסט־סאָוועטישן „לימוד‟. די קאָנפֿערענץ איז פֿאָרגעקומען פֿונעם 27סטן ביזן 29סטן מאַרץ אין דער שטאָט פּאַרסיפּאַני, שטאַט ניו־דזשערזי, אינעם אָרטיקן האָטעל „שעראַטאָן‟. מיכאל דאָרפֿמאַן, דער באַקאַנטער רוסיש־שפּראַכיקער ייִדישער פּובליציסט, האָט פֿאָרגעלייגט מײַן קאַנדידאַטור ווי אַ מעגלעכן פֿאָרטרעגער. דאָרפֿמאַן אַליין האָט זיך געקליבן צו רעפּרעזענטירט דאָרטן זײַן פֿילם אויף ייִדיש וועגן זײַן טאַטן. מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט דער „פֿאָרווערטס‟ שוין דערציילט וועגן זײַן קינאָ־שאַפֿונג, וואָס טראָגט דעם נאָמען „באָריס דאָרפֿמאַן: אַ מענטש‟.
די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן געדונגען אויטאָבוסן בײַ דער פֿרומער פֿירמע „מאָנסי־טריילס‟. אַ פֿרומער שאָפֿער מיט פּאות האָט אַ פֿאַרחידושטער געקוקט אויף דעם פֿאַרזאַמלטן עולם: וועלטלעכע, פֿרומע, ייִנגלעך, מיידלעך, על־פּי־רובֿ רעדנדיק טאַקע אויף רוסיש, האָבן זיך געלאָזט פּראַווען שבת אין אַ גרויסן האָטעל, וועלכער געפֿינט זיך טאַקע נישט ווײַט פֿון מאָנסי. אויף טשיקאַוועס, וואָלט בײַ מיר גענומען אַ שעה זיך צו דערקלײַבן צום באַקאַנטן חסידישן שטעטל.
ווען איך און מײַן פֿרוי האָבן זיך אַרײַנגעזעצט אינעם אויטאָבוס, האָבן מיר דערהערט דווקא ייִדיש. דוד פֿישמאַן, אַ באַקאַנטער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, האָט געשמועסט מיט זײַן פֿרוי, עליסאַ בן־פּורת, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון קווינס־קאָלעדזש. ביידע זענען זיי אויפֿגעטראָטן אויף דער קאָנפֿערענץ. שפּעטער, האָב איך געטראָפֿן אויף דער קאָנפֿערענץ נאָך אַ צאָל ייִדיש־רעדער.
להיפּוך צו דער דערקלערטער דענאָמינאַציאָנעלער און פּאָליטישער אומאָפּהענגיקייט, האָבן זיך בעת דער קאָנפֿערענץ געוואָרפֿן אין די אויגן אַ ריי רעכטע פּראָ־ישׂראלדיקע אונטערנעמונגען און סימבאָלן. די אָרגאַניזאַציע „מסע‟, וואָס לייגט פֿאָר סובסידיעס פֿאַר יוגנטלעכע בילדונג־פּראָגראַמען אין ישׂראל, ווי אַ מין סטודענטישע ווערסיע פֿון „תּגלית‟, איז אויפֿגעטראָטן ווי דער הויפּט־שטיצער פֿון דער קאָנפֿערענץ.
דער אַלגעמיינער פֿאָרזיצער פֿונעם פּאָסט־סאָוועטישן „לימוד‟ איז מעטיו בראָנפֿמאַן, אַן אַמעריקאַנער מיליאַרדער, וועלכער איז באַקאַנט ווי אַ גרויסער אינוועסטאָר אין דער ישׂראלדיקער עקאָנאָמיע. צווישן אַנדערע הויפּט־שטיצער איז געווען די „אינטערנאַציאָנאַלע חבֿרהשאַפֿט פֿון ייִדן און קריסטן‟, בראָש מיט הרבֿ יחיאל עקשטיין. אין דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע באַטייליקן זיך אַ סך רײַכע קריסטלעכע ציוניסטן פֿונעם רעכט־רעפּובליקאַנער שניט.
אַזוי צי אַזוי, האָט זיך אויך געוואָרפֿן אין די אויגן דער סתּירותדיקער מישמאַש פֿונעם בפֿירוש סעקולערן טעם און אַ פֿאָרמעלער פֿאַרבינדונג מיט דער אָרטאָדאָקסישער טראַדיציע. בעצם, האָט די קאָנפֿערענץ מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ מין וועלטלעכן „שבתון‟. מע האָט דורכגעפֿירט אַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קבלת־שבת נוסח שלמה קאַרלעבאַך, מיט אַ סימבאָלישער מחיצהלע און אַ לאַנגער זינגערײַ. להיפּוך, האָט מען דעם צווייטן טאָג אָפּגעדאַוונט שחרית אומגעוויינטלעך גיך. דער צווייטער מנין האָט זיך געשטעלט דאַוונען נאָך אַ סעודה; אין דער זעלבער צײַט, זענען אין אַן אַנדער זאַל פֿאָרגעקומען אַזעלכע אונטערנעמונגען, ווי מנחם קייזערס לעקציע וועגן „דאָמינאַנטקעס פֿון עס־עס‟ — די געשטאַלטן פֿון סעקסועלע סאַדיסטישע פֿרויען אינעם נאַצי־דײַטשלאַנד. פֿונעם פֿרומען קוקווינקל, האָט אַזאַ אויסמיש פֿון כּמו־פֿרומע און בפֿירוש אומשבתדיקע עלעמענטן אויסגעזען מאָדנע.
אַחוץ אַזעלכע אומגעלומפּערטע אָרגאַניזאַציאָנעלע עלעמענטן, איז די קאָנפֿערענץ, בדרך־כּלל, טאַקע געלונגען. די אויפֿטרעטער האָבן דורכגעפֿירט לעקציעס אויף כּלערליי ייִדישע טעמעס, פֿון געשיכטע ביז לינגוויסטיק, סעקס, פּסיכאָטעראַפּיע, קבלה, מעדיטאַציעס, טענץ, קינאָ, קונסט און מוזיק. אַ טייל פֿון דער פּראָגראַם זענען געווען גאַנץ ערנסטע און אַקאַדעמישע לעקציעס, און אַ טייל — טשיקאַווע פֿאַרווײַלערישע אונטערנעמונגען. למשל, פֿרײַטיק בײַנאַכט, נאָך דער סעודה, איז די ברוקלינער אַקטריסע סיוון הדרי אויפֿגעטראָטן מיט אַ דרשה, פֿאַרוואָס ס׳איז גוט צו פֿאַרבײַסן בראָנפֿן מיט פֿאַלאַפֿעל. מוצאי־שבת, האָט דער עולם אָנגעהויבן זינגען, ביז שפּעט בײַנאַכט, באַקאַנטע סאָוועטישע לידער, ווי אַ מין „קאַראַאָקע‟ מיט אַ פּיאַנע־אַקאָמפּאַנימענט. מע האָט אויך דורכגעפֿירט אַ ריי ספּעציעלע אונטערנעמונגען פֿאַר קינדער.
פֿרײַטיק בײַנאַכט, האָב איך דערציילט וועגן די פּאָליטיש־לינקע און אַנאַרכיסטישע אינטערפּרעטאַציעס פֿון ייִדישקייט. כ׳האָב דערמאָנט אַזעלכע גרויסע רבנים, ווי רבי אלעזר בעל־הרוקח, דון יצחק אַברבנאל, יונתן אייבעשיץ און יעקבֿ עמדען, וועלכע האָבן אַרויסגעזאָגט כּמו־קאָמוניסטישע און כּמו־אַנאַרכיסטישע דעות מיט הונדערטער יאָר צוריק; ווי אויך וועגן אַ ריי חסידישע רבנים, וועלכע האָבן בפֿירוש געשטיצט די רעוואָלוציאָנעלע באַוועגונגען אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.
עס האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז דוד פֿישמאַן איז אויפֿגעטראָטן שבת מיט גאָר אַ היפּוכדיקער לעקציע; ער האָט דערציילט וועגן די רבנים־מאָנאַרכיסטן, וועלכע האָבן ערנסט געגלייבט אינעם געטלעכן תּפֿקיד פֿונעם רוסישן צאַר און געפּסקנט, אַז מע מעג און אַפֿילו מע מוז מסרן די רעוואָלוציאָנער־געשטימטע ייִדן.
מײַן לעקציע זונטיק אינדערפֿרי, ווען איך האָב געקאָנט זיך באַנוצן מיט קאָמפּיוטער, איז געווען וועגן קבלה און דער קאָמפּיוטערײַ־שפּראַך „ליספּ‟. מיט פּראַקטישע בײַשפּילן פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען, וועלכע איך האָב אינטעראַקטיוו געשריבן בעת דער לעקציע, האָב איך געוויזן, אַז מע קאָן פֿאַרוואַנדלען די פֿאָרשונגען פֿון מיסטישע צירופֿי־אותיות און אַנדערע קלאַסישע קבלה־ענינים אין אַ טשיקאַוון בילדונג־מיטל, וואָס דערמעגלעכט צו ווײַזן קינדער, ווי אַזוי מע פּראָגראַמירט אַ קאָמפּיוטער, מיט אַ לעבעדיקן ייִדישן טעם.
מיכאל דאָרפֿמאַן, וועלכער האָט מיך פֿאַרבעטן אויף דער קאָנפֿערענץ, האָט זיך געקליבן צו ווײַזן דעם דערמאָנטן פֿילם וועגן זײַן טאַטן. צוליב די צײַט־באַגרענעצונגען, האָט ער אָבער געקאָנט ווײַזן בלויז אַ טייל. ס׳איז אַ שאָד, ווײַל אינעם פֿילם גייט דאָך אַ רייד וועגן אַ 90־יאָריקן לעמבערגער ייִד, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט זײַן גאַנץ לעבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, און וווינט נאָך אַלץ אין אוקראַיִנע.
דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿונעם פּאָסט־סאַוועטישן „לימוד‟ אָרגאַניזירט די קאָנפֿערענץ שוין צום זעקסטן מאָל, אָנהייבנדיק פֿון 2009, און שטרעבט אויסצואַרבעטן אַן אייגנאַרטיקן סטיל. עס ווילט זיך האָפֿן, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די אָרגאַניזאַטאָרן שטעלן אַ גרעסערן אַקצענט אויף דער ייִדישער גײַסטיקער טראַדיציע, קולטור און שפּראַך פֿון רוסלאַנד און דעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. סוף־כּל־סוף, איז ייִדישקייט דאָך פֿאַרבונדן בײַ די סאָוועטישע ייִדן מיט שלום־עליכמס ביכער און דעם היימישן ייִדיש פֿון זייערע זיידעס און באָבעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.