בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָט רעגינע האָניגמאַן, אַ ייִדישע שקלאַפֿן־אַרבעטאָרין אינעם גאַבערסדאָרפֿער לאַגער, געפֿירט אַ טאָגבוך אויף פּויליש, וווּ זי האָט באַשריבן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די פֿרויען (אַ מאָל — אַפֿילו מיט הומאָר) און דערבײַ אָנגעוויזן זייער יוגנטלעכן גײַסט, נישט געקוקט אויף די אוממענטשלעכע באַדינגונגען.
האָניגמאַן האָט איבערגעלעבט די מלחמה און זיך באַזעצט אין אויסטראַליע, און דאָס טאָגבוך איז במשך פֿון די יאָרן געלעגן בײַ איר אין שטוב. נאָך איר טויט אין 1992 האָבן אירע טעכטער געשאָנקען דאָס טאָגבוך דעם „יד־ושם‟.
בײַם דורכלייענען דאָס טאָגבוך, האָבן די פֿאָרשער פֿונעם ישׂראלדיקן חורבן־מוזיי אַנטדעקט דעם טעקסט פֿון אַ הגדה, וואָס האָניגמאַן און עטלעכע אַנדערע שקלאַפֿן־אַרבעטאָרינס, האָבן אָנגעשריבן, צופּאַסנדיק די געשיכטע פֿון יציאת־מצרים צו זייער אייגענער איבערלעבונג אין לאַגער:
„עבֿדים היינו… אַ מאָל זענען מיר געווען שקלאַפֿן אין מצרים, און הײַנט — נאָך אַ מאָל אין גאַבערסדאָרף. אַ מאָל האָבן מיר זיך פֿאַרלאָזט אויף דײַן גענאָד, וואָס האָט אונדז געראַטעוועט פֿון דערטראָנקען צו ווערן אינעם ים־סוף… האָפֿן מיר, אַז דער טאָג פֿון גאולה וועט אויך קומען אין גאַבערסדאָרף.‟
אַנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן טעקסט פֿון „דיינו‟ — די דאַנקווערטער צום אייבערשטן, שטייט אין זייער הגדה:
פֿריילעך, לעבעדיק, טויט, הונגער — דיינו
נאָך אַ נאַכט פֿאַלט צו — דיינו
אונדזער „יודען־עלטסטע‟ האָט אַ בעט — דיינו
ווען ס׳גלוסט זיך איר, גיט זי אונדז פּעטש — דיינו
אונדז גייט נישט אָן די פּעטש — דיינו
אָבער מיר, פֿרויען, אין לאַגער לאַכן סײַ־ווי־סײַ — דיינו…
דאָס טאָגבוך רעכנט אויך אויס די נעמען פֿון אַ סך פֿון די יונגע פֿרויען, וועלכע זענען געווען מיט איר אין גאַבערסדאָרף. „יד־ושם‟ וויל הײַנט געפֿינען די פֿרויען, אָדער זייערע אָפּשטאַמיקע, כּדי זיך צו דערוויסן מער וועגן האָניגמאַן און די אַנדערע פֿרויען, זייערע געשיכטעס, און וועגן זייער לעבן נאָך דעם ווי זיי זענען אַליין באַפֿרײַט געוואָרן.
אויב איר קענט איינע פֿון די פֿרויען אין דער ווײַטערדיקער רשימה, לאָזט וויסן דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע דורך בליצפּאָסט: schaechter@yiddish.forward.com, אָדער שיקט אונדז אַ בריוו אויף דעם אַדרעס:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.