הײַנט רודערט די וועלט מיט פּאָלעמיק וועגן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן. אין שײַכות מיט די דאָזיקע דיסקוסיעס, פֿרעגט מען כּסדר אַ קשיא: ווי אַזוי האָט זיך דער ישׂראלדיקער רעגירונג אײַנגעגעבן צו שאַפֿן די נוקלעאַרע טעכנאָלאָגיעס, נישט אַרויסרופֿנדיק קיין גרויסן פּחד אין דער וועלט? מע האָט נישט געדראָט ישׂראל צוליב דעם מיט סאַנקציעס, און נישט געצוווּנגען דורכצופֿירן אַן אינטערנאַציאָנאַלע אינספּעקציע פֿון די דאָרטיקע אַטאָמישע אונטערנעמונגען. להיפּוך, האָבן די פּרוּוון צו אַנטוויקלען די נוקלעאַרער טעכנאָלאָגיעס אין ליביע, איראַק און איראַן יאָ איבערגעשראָקן די וועלט.
נישט לאַנג צוריק, האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם Forward אַן אַרטיקל וועגן די אומגעריכטע אַנטפּלעקונגען פֿון געהיימע אַמעריקאַנער מלוכישע דאָקומענטן, וווּ גייט אַ רייד וועגן די ישׂראלדיקע טעכנאָלאָגיעס און ס׳שטייט געשריבן, אַז ישׂראל האָט נאָך מיט אַ סך יאָר צוריק געקאָנט, אין פּרינציפּ, שאַפֿן אַ טערמאָנוקלעאַרע באָמבע — דאָס געפֿערלעכסטע וואָפֿן אין דער וועלט. פֿונדעסטוועגן, האָט מען נישט אָפּגעשטעלט די דאָזיקע פֿאָרשונגען, אין פֿאַרגלײַך מיט איראַן.
עס קאָן זײַן, אַז דער אונטערשייד באַשטייט אין דעם, וואָס ישׂראל האָט געשאַפֿן דאָס נוקלעאַרע געווער שטילערהייט, ווי דער לעצטער שוץ־מיטל קעגן אַ מעגלעכן אַטאַק. להיפּוך, האָט איראַן געאַרבעט איבער די אַטאָמישע טעכנאָלאָגיעס אָפֿענערהייט, מיט אַ גרויסן רעש. איראַן געפֿינט זיך נישט אינעם איצטיקן מאָמענט אין אַ ממשותדיקער סכּנה מצד די פֿײַנדלעכע שכנים. פֿאַרוואָס זשע זאָל אַזאַ לאַנד פֿאַרמאָגן אַן אַטאָם־באָבמע?
אַן אַנדער חילוק איז די שאַרפֿע אַנטי־ישׂראלדיקע רעטאָריק פֿון די איראַנישע פּאָליטיקער, וועלכע סטראַשען „אָפּצומעקן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע‟. צי זיי מיינען טאַקע ערנסט, צי סתּם זידלען מיט שאַרפֿע קללות, האָבן די ישׂראלדיקע פֿירער נישט אויסגענוצט אַזעלכע ווערטער קעגן אַן אַנדער לאַנד.
די עיקר־סיבה איז אָבער די נאָענטע פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווען די ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער האָבן געאַרבעט איבער זייער אַטאָמישער פּראָגראַם, האָבן זיי זיך אַלעמאָל געעצהט מיט די אַמעריקאַנער קאָלעגן און געפֿאָלגט די אַמעריקאַנער תּנאָים, לויט וועלכע דאָס ישׂראלדיקע נוקלעאַרע וואָפֿן מוז געשאַפֿן ווערן בלויז צוליב זעלבסטשוץ. להיפּוך, האָבן איראַק און ליביע געאַרבעט איבער זייערע נוקלעאַרע פּראָגראַמען אויף צו להכעיס אַמעריקע, דערפֿאַר האָט מען זיי נישט געלאָזט זיי צו אַנטווילקען.
ס׳זעט אויס, אַז ווען דוד בן־גוריון האָט באַזוכט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער בערגען־בעלזען, מיט צוויי חדשים נאָך דער אַמעריקאַנער אַטאָם־באָמבאַרדירונג פֿון היראָשימע און נאַגאַסאַקי, האָט ער שוין דעמאָלט אָנגעהויבן חלומען וועגן אַזאַ געווער. ווען מע האָט אויפֿגעשטעלט דעם רעאַקטאָר אין דימונה, האָט די וועלט געטרויערט נאָך דער חורבן־טראַגעדיע. ממילא, האָט מען זיך נישט געטשעפּעט צו דעם, וואָס אין ישׂראל אַרבעט מען איבער אַ געווער, וואָס זאָל קאָנען פֿאַרזיכערן, אַז אַזאַ טראַגעדיע זאָל מער קיינמאָל נישט געשען מיטן ייִדישן פֿאָלק.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז בײַם אָנהייב איז דער עיקר־שותּף פֿון דער ישׂראלדיקער אַטאָמישער פּראָגראַם געווען פֿראַנקרײַך. ווען ס׳איז געוואָרן קלאָר, אַז ישׂראל פֿאַרמאָגט דאָס נוקלעאַרע געווער, איז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע נישט געווען צופֿרידן, אָבער צום סוף, שטילערהייט געשטיצט עס — כּל־זמן עס בלײַבט אַ סוד. נישט געקוקט אויף די סיכסוכים, האָט דער פּרעזידענט ניקסאָן באַשלאָסן נישט צו צווינגען ישׂראל פּטור צו ווערן פֿונעם אַטאָמישן אַרסענאַל און אויפֿגעהערט צו פֿירן אַן אויפֿזיכט איבער דעם רעאַקטאָר אין דימונה. ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַזאַ פּאָליטיק, האַלט ישׂראל ווײַטער די פּראָגראַם ביז הײַנט בסוד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.