פֿריץ האַבער — אַ זשעני און אַ רוצח

Fritz Haber — A Genius and a Murderer

פֿריץ האַבער, 1919
פֿריץ האַבער, 1919

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published April 09, 2015, issue of May 01, 2015.

מיט הונדערט יאָר צוריק, דעם 22טן אַפּריל 1915, האָט די דײַטשע אַרמיי צום ערשטן מאָל אויסגענוצט דערשטיקנדיקע גאַזן אויפֿן פֿראָנט פֿון דער וועלט־מלחמה. געשען איז עס בעת דער מיליטערישער אָפּעראַציע, וואָס איז אַרײַן אין דער געשיכטע ווי די „צווייטע באַטאַליע אין איפּרע‟. בעת דער גאַז־אַטאַקע זײַנען דעמאָלט אומגעקומען טויזנטער זעלנער, פֿראַנצויזישע און קאַנאַדער.

דער מענטש, וואָס איז געשטאַנען הינטער דעם דאָזיקן געווער פֿון מאַסן־פֿאַרטיליקונג, האָט געהייסן פֿריץ האַבער. אַ טאַלאַנטירטער צי אַפֿילו געניאַלער כעמיקער, איז האַבער געבוירן געוואָרן אין דער פּרײַסישער שטאָט ברעסלאַו (הײַנט ווראָצלאַוו אין פּוילן) אין יאָר 1868. זײַן משפּחה איז געווען אַ סוחרישע, אַ פֿאַרמעגלעכע, און גוט אינטעגרירט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אין תּוך אַרײַן, האָבן די האַבערס זיך געהאַלטן מער פֿאַר דײַטשן איידער פֿאַר ייִדן. פֿריץ האָט שטודירט כעמיע אין בערלין און הײַדעלבערג, און דערנאָך ניט לאַנג געאַרבעט בײַ זײַן פֿאָטער, וואָס האָט געהאַט אַ געשעפֿט, פֿאַרבונדן מיט כעמיע.

אָבער געצויגן האָט האַבערן אין דער אַקאַדעמיע. דערפֿאַר האָט ער פֿאַרלאָזט דאָס משפּחה־געשעפֿט און פֿאַרבראַכט אַ צאָל יאָרן אין פֿאַרשיידענע אוניווערסיטעטן. אין יענער צײַט האָט ער זיך געשמדט, אפֿשר ווײַל ער האָט געהאָפֿט, אַז ווי אַ קריסט וועט ער האָבן בעסערע שאַנסן צו ווערן אַ פּראָפֿעסאָר. אין יאָר 1906 איז ער טאַקע באַשטימט געוואָרן ווי אַ פּראָפֿעסאָר אין קאַרלסרוע. דאָרטן האָט ער אַנטוויקלט מעטאָדן פֿון סינטעזירן אַמיאַק (אַמאָניע), וואָס האָט ברייט געעפֿנט די טירן צו פּראָדוצירן באַמיסטעכצן. דערמיט האָט זײַן אַנטדעקונג געמאַכט אַן אמתע איבערקערעניש אין לאַנדווירטשאַפֿט. אַ דאַנק די נײַע באַמיסטעכצן, זײַנען ממשותדיק אויסגעוואַקסן די גערעטענישן. אייניקע היסטאָריקער פֿון וויסנשאַפֿט טענהן, אַז האַבערס אַנטדעקונג, איז בלי־ספֿק איינע פֿון די וויכטיקסטע אין 20סטן יאָרהונדערט; זי האָט געשאַפֿן די מעגלעכקייט אָנצוהאָדעווען ביליאָנען נפֿשות. „ברויט פֿון לופֿט‟, האָט מען עס אָנגערופֿן.

פֿאַר דער דאָזיקער אַנטדעקונג האָט האַבער אין יאָר 1918 באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע. אָבער אַ צאָל דיפּלאָמאַטן און געלערנטע האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו קומען צו דער צערעמאָניע. די סיבה פֿון דעם בויקאָט איז געווען, אַז האַבער איז אַרײַן אין דער געשיכטע סײַ ווי אַ טרעגער פֿון גוטסקייט, אַ מין מלאך־המושיע, סײַ ווי אַ מלאך־המוות. ווען האַבער איז געוואָרן אַ נאָבעל־לאַורעאַט, האָט די פּרעסע געשריבן, אַז ער „האָט דערשטיקט טויזנטער און געראַטעוועט פֿון הונגער מיליאָנען‟. ווי אַ הייסער דײַטשישער פּאַטריאָט, האָט ער באַוואָפֿנט דעם קײַזערס אַרמיי מיט אַ כעמיש געווער.

האַבערס פֿרוי, אויך אַ כעמיקער, איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד, ווען זי האָט זיך דערוווּסט, אַז איר מאַנס גאַזן האָבן דערהרגעט טויזנטער מיליטער־לײַט. האַבער אַליין האָט ציניש אָפּגעשאַצט זײַן ראָלע אינעם צוגרייטן דאָס כעמישע געווער. ער האָט געהאַלטן, אַז יעדעס געווער איז גוט, אויב עס קען העלפֿן צו פֿאַרטיידיקן זײַן לאַנד. מע זאָגט אויך, אַז ער האָט געהאַט אויך אַזאַ כּוונה: דאָס כעמישע געווער האָט געמוזט אָנשרעקן דעם עולם און אָפּשטעלן די מלחמה. טאָמער האָט ער באמת געמיינט אַזוי, איז עס געווען אַ פּוסטער חלום. דער מלחמה־פֿײַער איז נאָך לאַנג ניט פֿאַרלאָשן געוואָרן.

אַ דאַנק די באַמיסטעכצן, אויסגעאַרבעט פֿון אַמיאַק, האָט דײַטשלאַנד געקענט האָדעווען בעסער די באַפֿעלקערונג און פֿירן די מלחמה לענגער. דאָס האָט געמיינט, אַז עס זײַנען אומגעקומען נאָך טויזנטער און טויזנטער מענטשן. פֿון די אויפֿרײַס־מאַטעריאַלן, פּראָדוצירט לויט האַבערס טעכנאָלאָגיע, זײַנען אויך אומגעקומען מענטשן, בערך 100 מיליאָן נפֿשות אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט. דער ביטערער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס האַבערס דערגרייכונגען האָבן שפּעטער געפֿירט צום אויסאַרבעטן דעם טרויעריק באַוווּסטן גאַז „ציקלאָן ב‟, וועלכן די נאַציס האָבן ברייט גענוצט בײַם פֿאַרטיליקן ייִדן, אַרײַנגערעכנט מיטגלידער פֿון האַבערס משפּחה.

ניט געקוקט אויף אַלע דערגרייכונגען, איז אין דער היטלערישער מדינה קיין אָרט פֿאַר האַבערן ניט פֿאַרבליבן. ער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָטערלאַנד און קומען קיין ענגלאַנד, וווּ ער האָט אין משך פֿון פֿיר חדשים געאַרבעט אין דעם קעמברידזשער אוניווערסיטעט. די אַטמאָספֿער אַרום אים איז געווען גאָר ניט קיין פֿרײַנדלעכע. די געלערנטע פֿונעם אוניווערסיטעט, אַרײַנגערעכנט דעם פֿיזיקער ערנעסט רעזערפֿאָרד, האָבן אים בויקאָטירט, ניט געוואָלט האָבן קיין משׂא־מתּן מיט אים.

חיים ווײַצמאַן, האַבערס קאָלעגע, אויך אַ כעמיקער, האָט אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל, צו פֿאַרנעמען דאָרטן די שטעלע פֿונעם דירעקטאָר בײַם וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט, וואָס טראָגט איצט ווײַצמאַנס נאָמען. האַבער האָט די פֿאַרבעטונג אָנגענומען און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. פֿאָרנדיק קיין ארץ־ישׂראל, האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אין באַזל, און דאָרטן, אין אַ האָטעל, איז ער געשטאָרבן דעם 29סטן יאַנואַר 1934. אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט דער לעבנסוועג פֿון אַ זשעני, וועלכן אַ סך מענטשן האָבן געהאַלטן, און האַלטן נאָך אַלץ, פֿאַר אַ פֿאַרברעכער.