(די 2 טע זײַט פֿון 2)
צו די אַנדערע נײַעס. מיט צוויי וואָכן צוריק האָט זיך אין מאָסקווע געשלאָסן די אויסשטעלונג, געווידמעט דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן און העברעיִשן טעאַטער אין מאָסקווע אין 1920ער און 1940ער יאָרן — „גאָסעט‟ און „הבימה‟.
די וואָך האָט מען זיך ווידער דערמאָנט אין דעם טעאַטער „גאָסעט‟; דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון מאָסקווע האָט דערקלערט, אַז די מאָסקווער רעגירונג וועט אומקערן די היסטאָרישע געבײַדע דעם ייִדישן טעאַטער. דאָס זעט אויס ווי אַ שיינער אויפֿטו, אָבער דער פּראַקטישער זין פֿון דעם באַשלוס איז ניט פֿאַרשטענדלעך אין גאַנצן. מע וויל איבערגעבן דעם בנין דעם איינציקן ייִדישן טעאַטער, וואָס איז איצט פֿאַראַן אין מאָסקווע — דעם טעאַטער „שלום‟, וואָס האָט קיין שום שײַכות נישט צום „גאָסעט‟ און שפּילט בכלל ניט אויף ייִדיש. אַחוץ דעם, זענען די ספּעקטאַקלען פֿון „שלום‟ ניט פּאָפּולער, קודם־כּל, צוליב דעם נידעריקן ניוואָ פֿון רעזשי און דער שפּיל פֿון אַקטיאָרן; עקאָנאָמיש האָט דער באַשלוס קיין שום זין נישט. און צום סוף, דער היסטאָרישער בנין פֿון „גאָסעט‟ איז פֿאַרנומען פֿון אַן אַנדער טעאַטער, וואָס הייסט, „טעאַטער אויף מאַלאַיאַ בראָנאַיאַ גאַס‟; דווקא יאָ אַ דערפֿאָלגרײַכער טעאַטער, וואָס האָט אַ שטענדיקן עולם און געפֿינט זיך אין דעם בנין שוין אַ האַלב־יאָרהונדערט. וווּהין וועט מען איבערפֿירן דעם טעאַטער איז ניט קלאָר.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט איז אויך פֿאַרבונדן מיטן נײַעם ייִדישן מוזיי. דינסטיק דעם 6טן אַפּריל איז אין דעם מוזיי פֿאָרגעקומען נאָך אַ באַגעגעניש אין די ראַמען פֿונעם ציקל „אָדעסער מיטאָס אין דער רוסישער קולטור‟. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלט דער היסטאָריקער, מיטאַרבעטער פֿון דעם ערשטן ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע איליאַ באַרקוסקי. זײַן רעפֿעראַט האָט געהייסן „אָדעס, די ייִדישע שטאָט‟. די רייד איז געגאַנגען וועגן דער געשיכטע פֿון דער שטאָט און פֿון דעם באַזונדערן מין ייִדיש לעבן, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט דאָרטן. די טראַדיציאָנעלע פֿרומע ייִדן האָבן געהאַלטן אָדעס פֿאַר אַ זינדיקן כּרך מעשׂה־בבֿל. אָדעס איז געווען אַ שטאָט פֿון אַ סך וויכטיקע אויפֿטוען, פֿאַרבונדן מיט דער וועלטלעכער ייִדישער און העברעיִשער קולטור, ווי אויך מיט דער ייִדישער קולטור אויף רוסיש. אין די 20ער יאָרן פֿון 19טן יאָרהונדערט האָט מען דאָרט געגרינדעט די ערשטע וועלטלעכע ייִדישע שול. עס האָבן דאָרט עקזיסטירט די וויכטיקסטע וועלטלעכע פֿאַרלאַגן, אַ ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע, ייִדישע קלובן, מען האָט אַרויסגעגעבן צײַטונגען אויף דרײַ שפּראַכן. דער רעפֿעראַט האָט געזאַמלט אַ גרויסן עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.