לעצטנס, האָט זיך אָנגעהויבן די נײַע פֿאָרשטעלונג „ציגײַנער־נשמה‟ בײַם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ. די שפּיל, רעזשיסירט פֿונעם יונגן ישׂראלדיקן אַקטיאָר יוני אילת און אינספּירירט פֿון זײַן מוזיק, שטעלט מיט זיך פֿאָר השפּעות פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָפּ־מוזיק און די ציגײַנער־קולטור. דער ספּעקטאַקל, אויסגעפֿירט דורך אַן אַנסאַמבל פֿון אַכט אַקטיאָרן, באַגלייט מיט אַ קליינעם אָרקעסטער (אָנגעפֿירט פֿון ליאור רונן), גיט איבער, דורך לידער און קורצע סצענעס אויף ייִדיש, אַ פֿאָלקסטימלעכן פּאָרטרעט פֿונעם אַמאָליקן ציגײַנער־לעבן. דער אַנסאַמבל וועט פֿאָרשטעלן די פּיעסע איבער גאַנץ ישׂראל.
בעת אַן אינטערוויו דורכן „סקײַפּ‟, האָט אילת איבערגעגעבן דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז כאָטש די דערציילונג פֿון דער שפּיל האָט צו טאָן מיט ציגײַנער בעת אַ מלחמה אין אַן אומבאַשטימטער צײַט און אָרט, וועט דער עולם פֿאַרשטיין, אַז עס האַנדלט זיך מעטאַפֿאָריש וועגן גאָר אַן אַנדער פֿאָלק. „די ציגײַנער דינען ווי אַ מעטאַפֿאָר, אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם גורל פֿון אונדזער פֿאָלק אין מיזרח־אייראָפּע‟, האָט אילת דערקלערט.
די פֿאָרשטעלונג איז די צווייטע, וואָס אילת רעזשיסירט פֿאַרן „ייִדישפּיל‟. די זעלביקע אַקטיאָרן האָבן פֿריִער געשפּילט אונטער זײַן רעזשי אינעם ספּעקטאַקל „מאָנאָלאָגן פֿון דער קישקע‟, אַ סעריע מאָנאָלאָגן אויף העברעיִש וועגן ייִדישע מאכלים, מיט ייִדישע לידער אַרײַנגעוועבט, וואָס מע האָט פֿאָרגעשטעלט מיט צוויי יאָר צוריק. „מאָנאָלאָגן פֿון דער קישקע‟ האָט געהאַט אַ ריזיקן דערפֿאָלג, סײַ פֿאַרן „ייִדישפּיל‟, וואָס האָט פֿאַרטאָפּלט די צאָל פֿאָרשטעלונגען צוליב דער אומדערוואַרטער פֿאָדערונג, און סײַ פֿאַר יוני אילת, וועמען די ישׂראלדיקע טעאַטער־קריטיקער האָבן נאָמינירט פֿאַר דער אויסצייכענונג לכּבֿוד דעם בעסטן רעזשיסאָר פֿון יאָר. „ס׳איז געווען אַ ריזיקער שלאַגער פֿאַר אַ ייִדישער שפּיל אין מדינת־ישׂראל‟, האָט אילת דערקלערט. „די קריטיקער איז עס געפֿעלן געוואָרן. מע האָט גערעדט מיט אונדז אויף דער טעלעוויזע־קאַנאַל 2 און ס׳איז בכלל געווען גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין דער ישׂראלדיקער מעדיאַ‟.
די איצטיקע פֿאָרשטעלונג, „ציגײַנער־נשמה‟, וואָס קומט פֿאָר אין גאַנצן אויף ייִדיש, איז אַ טעאַטראַלישע אַדאַפּטאַציע פֿון אילתס לידער־אַלבאָם מיטן זעלביקן נאָמען. דער אַלבאָם, אַרויסגעלאָזט אין 2010, האָט אַדאַפּטירט אויף ייִדיש די לידער פֿון דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פּאָפּ־זינגערין ירדנה ארזי, וואָס זי האָט אַרויסגעלאָזט אין 1987 אויף איר אַלבאָם „נשמה צוענית‟, וואָס איז באַשטאַנען פֿון עכטע ציגײַנער־לידער, לכתּחילה איבערגעזעצט אויף עבֿרית דורכן דיכטער און זינגער אהוד מנור. אילתס אַלבאָם איז געווען אַן אומדערוואַרטער שלאַגער, וואָס האָט באַקומען אַ סך פּירסום אין דער ישׂראלדיקער מעדיאַ. „איך האָב געוואָלט צוציִען אַן ישׂראלדיקן עולם, וואָס הערט זיך ניט, געוויינטלעך, צו צו ייִדישע לידער. מײַן מיסיע איז צו שאַפֿן אַ נײַעם עולם פֿאַר ייִדיש. האָב איך באַשלאָסן צו באַאַרבעטן די ציגײַנער־לידער פֿון ירדנה אַרזי אויף ייִדיש. ס׳איז דאָ עפּעס זייער ייִדישלעכס אין דעם, וואָס מע נעמט לידער פֿון איין שפּראַך און ברענגט זיי אַרײַן אין אַ צווײטער און דערנאָך אין אַ דריטער שפּראַך. ס׳איז דאָך אויך זייער ציגײַנעריש, אַרײַנצוּוועבן פֿאַרשידענע השפּעות. איך בין ווײַט ניט דער איינציקער, וואָס האָט געטאָן אַזוי‟.
„ציגײַנער־נשמה‟ וועט אַרײַננעמען די לידער פֿון אילתס אַלבאָם, צוזאַמען מיט די פֿאָלקסטימלעכע ציגײַנערישע סצענעס, וואָס דער דראַמאַטורג אורן יעקובי האָט אָנגעשריבן ספּעציעל פֿאַר דער פּיעסע. וועגן די אַקטיאָרן, האָט אילת דערקלערט: „מיר זענען די זעלביקע אַקטיאָרן און כּמעט אין גאַנצן דער זעלביקער פּערסאָנאַל פֿון דער פֿריִערדיקער פֿאָרשטעלונג, איז מיר פֿילן זיך ווי אַן עכטער אַנסאַמבל, ניט ווי סתּם אַ צונויפֿגעשטוקעוועטע באַנדע אַקטיאָרן.‟ די יונגע אַקטיאָרן, וואָס שפּילן צוזאַמען שוין יאָרן לאַנג, זענען, לויט אילת, די ערשטע „סאַברעס‟ פֿון זײַן דור אַרײַנצוגיין אינעם „ייִדישפּיל‟.
„בײַם אָנהייב זענען געווען פֿיר מענטשן אין מײַן אַנסאַמבל. נאָך מענטשן האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער גרופּע. איך האָב אויסגעקליבן אַכט פֿון די יונגע אַקטיאָרן. מיר האָבן זיך אַלע אויסגעלערנט צו רעדן און פֿאַרשטיין ייִדיש. מיט יאָרן צוריק, האָבן די עלטערע אַקטיאָרן גערעדט אויף ייִדיש, כּדי מיר זאָלן ניט פֿאַרשטיין. איצט, אַז מיר פֿאַרשטייען ייִדיש, רעדן זיי אַ מאָל אויף רומעניש, אַז מיר ’סאַברעס’ זאָלן זיי ניט פֿאַרשטיין! געוויסע פֿון אונדז קענען ייִדיש בעסער ווי אַנדערע, אָבער מיר קענען אַלע רעדן ייִדיש‟.
אילת האָט דערקלערט, אַז ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די „סאַברעס‟ בײַם „ייִדישפּיל‟ קענען גוט ייִדיש, זענען געוויסע מענטשן ניט אַלעמאָל צופֿרידן מיטן אופֿן, ווי אַזוי זיי רעדן ייִדיש. „מײַן באָבע אַליין האָט געזאָגט, אַז איך רעד ייִדיש ווי אַ גוי‟, האָט אילת איבערגעגעבן, לאַכנדיק. „אַ סך עלטערע לײַט קומען צו נאָך די פֿאָרשטעלונגען און באַקלאָגן זיך, אַז מיר רעדן ניט קיין ׳עכטן׳ ייִדיש. מיט דעם מיינט מען, אַז מיר רעדן ניט דעם ייִדיש, וואָס זיי האָבן געהערט אין דער אַלטער היים. מיר טוען דאָס בעסטע וואָס מיר קענען. ווען איך וואָלט געווען זיי, וואָלט איך געווען צופֿרידן צו זען יונגע ישׂראלים, וואָס שפּילן בכלל אויף ייִדיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז קלאָר, וועלכע שפּראַך איז באמת אונדזער מאַמע־לשון, ווען מיר רעדן אויף דעם ’באָבע־לשון‘‟.
אילת האָפֿט, אַז אָט די שפּיל, אַזוי ווי די פֿריִערדיקע „מאָנאָלאָגן פֿון דער קישקע‟, וועט זײַן אַ גרויסער שלאַגער און בפֿרט דערגרייכן אַ יונגן עולם. „איך האָף, אַז די ’דעקונג‘ אויפֿן ראַדיאָ און אויף דער טעלעוויזיע וועט זײַן די זעלביקע ווי מיט צוויי יאָר צוריק‟, האָט ער געזאָגט. כּדי צוצוציִען מער אינטערעס, האַלט אילת, אַז „מע דאַרף טאָן עפּעס אַנדערש, אַחוץ סתּם די ייִדישע פֿאָרשטעלונגען מיט חתונות אין שטעטלעך. איך פּרוביר צו טאָן עפּעס אַנדערש מיט ייִדיש, און איך בין מצליח צו ברענגען ייִדיש צום ייִנגערן דור. מיר דערגרייכן אַ סך ערטער, וווּ מע זעט און הערט בכלל ניט קיין ייִדיש‟ האָט ער דערקלערט. ירדנה ארזי נעמט אָנטייל אין זייער פּירסום־קאַמפּאַניע און איז געקומען אויף דער פּרעמיערע — עפּעס וואָס אילת האָפֿט, וועט צוציִען אַ סך מענטשן. „(איר באַטיילעקונע) גיט אונדז אַ גוטע געלעגנהייט. מיר פּרובירן צו זײַן נאָך אַ רינגל אין דער ’גאָלדענער קייט‘, ניט בלויז ווידערצובויען דאָס וואָס איז פֿריִער געווען, נאָר אויך צו שאַפֿן עפּעס נײַס. און דאָס איז וואָס מיר פּרובירן צו טאָן מיט ’ציגײַנער־נשמה‘‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.